ברוך דיין האמת א טרער אויף די פרישע קברים ל״ע

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ספרא דמרא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 12, 2019 9:48 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

ברוך דיין האמת א טרער אויף די פרישע קברים ל״ע

שליחה דורך ספרא דמרא »

די געפילן רוישן
מען קען זיי נישט פארשטילן
אזוי זיך צו אנטוישן
אנגעהויבן דאס יאר מיט שווארצע ברילן

נארוואס געטון מיינען
אז תכלה שנה
אבער אצינד מיר וויינען
וילך חרנה

נארוואס געבעטן ביים גאט
ער זאל זיך צו אונז נויגן
אבער דער מלך המשפט
האלט אונזערע העלזער אראפגעבויגן

נאך אזא שווערע יאר
מיר האבן שוין געוואלט פארגעסן
אוועקגעריסן נשמות אפאר
אין דעם יום הדין׳ס פראצעסן

מיר באוויינען דעם בראך
דער וואונד איז פיל מיט אייטער
ה׳ נתן וה׳ לקח
ווי שטעלט מען א טריט ווייטער

מיר וועלן ווייטער וויינען ביים תהלים
און פרובירן צורייסן דעם מחיצה אין הימל
אבער עליה השלם כל הקרבנות כולם
און בארואיג שוין דעם טומל

דו ביסט גערעכט און דיין משפט איז גערעכט
אבער טוה אונז אנווארעמען
כאטש אונז האבן זיך געפירט שלעכט
טוה זיך אויף אונז דערבארעמען
אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר