דער פאפיר, מיין בעסטער פריינט

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 458 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 473 מאל

דער פאפיר, מיין בעסטער פריינט

שליחה דורך לבי ובשרי »

געשריבן אונטער'ן השראה פון ידידנו הרב [tag]לעיקוואד[/tag]



דאס רעדן מיט א מענטש, אפילו א קלוגער, איז אין מייסטנס פעלער, נישט דער בעסטער ישועה, לעזונג און הילפס מיטל.

ווי-נישט-ווי, א בשר ודם, און זיכער דער קלוגער, איז פיל מיט מחשבות, דעות און מיינונגען. דערפאר, אין מייסטנס פעלער, ווען מען וועט צו זיי רעדן, און זיכער זיך דורכשמועסן, וועלן זיי זאגן דאס וואס זיי האבן צו זאגן, לויט זייער אינטעלעקוטועלע ערפארונג. אויך ווען זיין ציל איז צו העלפן, אויסהערן און ברענגען א צווייטן צו מאכן דעם ריכטיגן באשלוס.

אין ליכט פון דעם, איז נישט מוכרח, אז דער דאגה בלב איש איז דער בעסטער לעזונג. אויך ווען דער 'איש' איז דא דיר צו אויסהערן אדער לינדערן דיינע פראבלעמען.

ווארום, דער מענטש, אפילו דער אייגענער טאטע, איז דאך אן אייגענער בעל דעה און מיט רעכט. דערפאר, אפילו ער וועט דיר פראבירן העלפן און לייזן דעם פראבלעם, איז דאך אבער זיין מיינונג אן אייגענעם און פארמאגט לעגענדעס וואס שטופן איר.
אלזא, איז דער כלי לקבל כמעט נישטא. דאס איז א יקר המציאות.

שטילערהייט, רעדנדיג איבער פראבלעמען מיט אנדערע, הער איך צוריק זייער אייגענע נעגאטיווע ווידער קלאנגען. פרעמדע כוואליעס רוישן דא אן ערלויבעניש.

*

דער פאפיר איז טאקע נישט קיין 'איש' וועלכער וועט דיר שאקלען מיט'ן קאפ אלס הסכמה אדער פארקערט. ער זאגט דיר נישט קיין גוט ווארט, אבער ער זאגט דיר די זעלבע נישט קיין קריטיק.

ער איז דא פאר דיר פיר-און-צוואנציג שעה א טאג און זיבן טאג א וואך. ער זאגט דיר נישט קיין מיינונגען, אבער ענדליך שפיר איך שוין ווי איך האב איינער וועלכער איז נייגעריג צו הערן וואס איך האב אלץ היינט מיטגעמאכט. לטב ולמוטב.

אזא סבלן ווי אים האב איך נאך קיינמאל נישט געזען. אזא מתון, אזא איידעלער ווי אים, האב איך אין ערגעץ נישט געפינען.

*

די ליידיגע ווייסע פאסן, געבן מיר די ערלויבעניש צו גיין א טריט פאראויס.

דער פאפיר איז מיין שופר וועלכער איז אזוי געטריי פאר מיר שלא על מנת לקבל פרס.

ווען איך בין פאר'אבל'ט, טוט ער מיר טרייסטן. ווען איך ווער באשמוצט, העלפט ער מיר מקבל זיין די נזיפה'לע. ווען איך ווער פארשיקט פון שטוב אדער פון בית המדרש, איז ער מיר מקבל מיט אפענע ארעמעס.

ער געט מיר דאס וואס איך וועל נישט באקומען פון אנדערע פאר'ן טייערסטן פרייז.

*

געלויבט גאט אז אלעס איז פיין און כהוגן. די ווייב לעבט, קינדער זענען געזונט, ברויט אויפ'ן טיש איז אויסגעלייגט. אבער מיין הארץ איז צעטרייסלט. פארוואס? וואס האט פאסירט? הלוואי ווען כ'ווייס ווען.

איך ווייס נישט און קיינער און דער וועלט ווייסט נישט.

איך פארשטיי מיר און נאר דער פאפיר טוט מיר אויך פארשטיין.

זיין שתיקה כהודאה איז ווערד א מאיאנטעק מיט געלט, א הון תועפות. ער איז דער בעסטער משפיע און מקבל ביינאזאם. אה, און אויך דער שענסטער מלחין ומנגן.

פאפיר טייערער, כ'ווייס אז אלעמאל ווארטסטו מיר אויפצונעמען מיט דיינע ברייטע ארעמעס. און ביי דיר שפילט מקום און זמן נישט קיין ראלע בכלל.

איי, וואספארא פאראדאקס.

דער פאפיר, מיין בעסטער פריינט
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר