איך וואלדער אין וואלד

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 628
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 684 מאל

איך וואלדער אין וואלד

שליחה דורך היכי דמי »

טיף איך טראכט
איך פרוביר לאגיש
מיין הארץ פארדאכט
עס בלייבט טראגיש

מיט אים געוואקסן
און זיך אנגעלאנט
צו הויכע קלימאקסן
האב איך געשיינט

ווען א מינוט געהאט
צום שאפע געגאנגען
פאר א לאנגע צייט
האט זיין ווערק מיר געפאנגען

מיין רבי, מיין שטאלץ
מיין אמונה גייסט
ווי צוהאקטע האלץ
זוך איך טרייסט

מיין הארץ עס קלאפט
ווען מיין אויערן טוט הערן
מיין מח פארכאפט
ווען איך טוה אריינקלערן

מיין הארץ מיר זאגט
פון חלום זיך ערוועק
עס איז שווער די פלאג
צו שלעפן אזעלכע זעק

איך שפיר וויי
איך פיל דרוק
געפילן פאר זיי
מיט א ברודערליכע בליק

פארנעפעלט אין וואלד
אן א וועג ארויס
איך האף אז באלד
וועט ליכטיג זיין בלויז
אבער דערווייל:
טוה איך ארומוואלדער'ן אין וואלד

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר