ניין! ניין! האלט עס אליין! מיר האבן אן אנדערע מיין!

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8401 מאל

ניין! ניין! האלט עס אליין! מיר האבן אן אנדערע מיין!

שליחה דורך שמן למאור »

געבויט אויפן באקאנטן ניגון פון ר' יו"ט ערליך ז"ל;

******

מיטן הילף פון באשעפער וועלן מיר דא ריידן
און דערציילן פון יענע פריידן

פרייט זאך אלע טאנץ און קעוועלט
עס קומט די תורה אויף דער וועלט

דער באשעפער פון דער וועלט דער גרויסער בורא
זוכט א חתן פאר זיין טאכטער די הייליגע תורה

פרייט זאך אלע טאנץ און קעוועלט
אלע חסידות'ן פון דער וועלט

דער באשעפער פרעגט ביי די חסידות'ן אלע
ווער וויל די תורה פאר א כלה

די חסידים פרעגן וואס און ווען
מען וויל נישט הערן מען וויל נישט זען

און פארוואס און פארווען
לאמיר זען וואס איז געשען

איז דער מלאך מיט די תורה פון הימל אראפ געשמאק
גענומען פליען קיין בני ברק
און קיין מרכז וויזניץ געקומען איז ער
און געפרעגט צו א בעלן איז ווער
זאגט מען צו אים הייליגע "שוואנצאנעס"
זאגט אונז נישט אויף דעם קיין לצנות
זאגט זיי דער מלאך דעם ערשטן געבאט
אנוכי איך בין אייער ג-ט
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייסט נישט באטשי וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט ביי די רעבע שיין
אז די רבי איז גאט אליין
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראווט קיין גור גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן גלייך ויסעו
און איז געקומען קיין ירמיהו
און די גורע די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעלן איז ווער
זאגן זיי מיר זיינען גרייט
זאגט אונז נאר וואס דארט שטייט
זאגט זיי דער מלאך לא תרצח
טויטן איז נישט קיין שיינע זאך
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייסט נישט פורש וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט ביים וועד אליין
אז טויטן שאוליסטן דערף מען וואס מיין
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
פלייכט פרובירט קיין ברסלב גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן ווייטער גוט
ער איז געקומען קיין חומה השלישית
די ברלנדיסטן די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעלן איז ווער
זאגן זיי נשאל את הרב
ער וועט אונז זאגן הן או לאו
גיט זיי דער מלאך צו פארשטיין
דער פאמיליע לעבן דארף זיין ריין
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייסט נישט חולק וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט ביי די טאטעס אליין
אזוי ווי ביי אונז איז שיין
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראווט קיין סאטמאר גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן ווייטער וואויל
ער איז געקומען קיין קרית יואל
און די סאטמארע די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעלן איז ווער
זאגן זיי מ'וועט עס גיבן א קלער
ווייזט נאר איין געזעץ אהער
זאגט דער מלאך ואהבת לרעך כמוך צו זיי
אלע אידן זענען גוט אפילו ס'נישט איי איי איי
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייסט נישט האלא וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט בא די טאטעס אליין
אז האסן דארף מען וואס מיין
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראווט קיין סקווירא גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן דארטן ער פליט
ער איז געקומען קיין קלינטען סטריט
די סקווירא די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו אבעלן איז ווער
זאגן זיי מיטן מאור עינים
עס מוז שטימען גארנישט פארדרייען
זאגט זיי דער מלאך מיט א געבעט
זמן תפילה נישט דאווענען צו שפעט
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
נאר איין שפעטע מנין עס וועט זיין
ווער עס וועט א מנין אינעם מייל מאכן
א פייער וועט פארברענען זיינע זאכן
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראווט צו די בעלזא גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן און געבליבן שטיין
אין גרויסע שטיב איינער אליין
די בעלזא די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעלן איז ווער
זאגן זיי לייג עס אויפן סקרין
מיר ווילן זען וואס צו טון
זאגט זיי דער מלאך לשון הרע ניין
בארעדן דעם מאחניווקער איז נישט שיין
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייסט נישט גולם וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט ביי די טאטעס אליין
אז בארעדן דארף מען וואס מיין
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראווט צו די באבובער גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן סווערט שוין שפעט
ער איז געקומען קיין פארטי עיט (48)
די באבובער די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו אבעלן איז ווער
זאגן זיי פארצייל אונז נאר די פרייז
וואספארא געבאטן אהן קיין גרייז
זאגט זיי דער מלאך מחלוקת איז שלעכט
זיך נישט קריגן קיין געפעכט
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
די ווייסט נישט טייערע וואוהין צו גיין
מיר האבן געזען ביים רבין אליין
זיך שלאגן ביז צו די ציין
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראווט צו די סאדוגורע גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן אויף די בערג
קיין בני ברק אויפן ברעג
די סאדוגורע די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעלן איז ווער
זאגן זיי די ינוקא גיי פרעג
מיר רירן זיך נישט פונעם הייליגן וועג
זאגט זיי דער מלאך כיבוד אם
צירוקגעבן די מאמע אירע היים
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייסט נישט חבר וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט בא די ינוקא אליין
אז ציברעכן דארף מען וואס מיין
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראווט קיין צאנז צו גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן מיט האראוואניע
אנגעקומען קיין נתניה
די צאנז-קלויזענבורגע די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעלן איז ווער
זאגן זיי, זאג נאר יעצט
א פשעטל הויעך קלאר און פעסט
ששת ימים תעבוד זאגט ער ארויס פון מויל
גיין ארבייטן זיי נישט פויל
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייסט נישט עמעהארעץ וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט ביי די רבי אליין
אז שטיפן אין כולל דארף מען וואס מיין
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראווט צו די מאדערענע גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין


אין מיטן וועג דער מלאך שטייט
זעט ער א מאדערענע איד א פראפעסער גייט
דער טי שורט זיינע לאנג און ברייט
האט ער זיך דערפרייט
די תורה האט ער אים דערלאנגט
און דער אידל האט בעדאנקט
גארנישט ער וועט פארדרייען
ארגינעל ער וועט עס פארדייען
ווארט נאר זאגט ער היילט זיך ניט
איך גיב אייך א רעסיט

קיין גלייכע פארל האט איר נישט
ווי די תורה מיט דעם איד
ביידע זיינען די בעסטע פריינד
ווייל מען האט זיי ביידע פיינט
אין איין בורא גלויבט דער איד
און קיין שלעכטץ טאן קאן ער נישט
און כבוד טאטע מאמע גיט
און ואהבת לרעך כמוך ער היט
ווי דער מלאך האט עס דערהערט
האט ער זיך צוריקגעקערט
און געזאגט אויפן הימל דארט
אז די תורה איז אויפן בעסטן ארט
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 58 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר