עני מאמין

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 896
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2685 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1631 מאל

עני מאמין

שליחה דורך כרם זית »

געווען אמאל אני מאמין דרייצן,
היינט אלעס אפילו משוגעתן,
אויב גלייבסטו טוסטו אריינפאסן,
אויב נישט וועט מען די צערייסן.

די מדינה איז נאר אויף שמד,
יעדער O.T.D. רויכערט פאט,
טעלעוויזיע איז נאר צו בטלן צייט,
עץ הדעת איז עפל איי פאד.

אויף רבי'ס ניט דא קיין דעה,
פון גיהנם ע'טער שלעפן די פאה,
ביים בלאזן ס'נאז מייחד צירופי ה-ה,
''סמארטפאון העלפט נישט פאר די מאה''.

חב''ד איז א שטיק שיחיות שקר,
דער רבי'ס ברודער? א פעיקער,
ראש לימבאו איז דער סעיווער,
מיכאל סערווידז? א אידישע רעדנער.

אינז האמיר ס'וויניגסטע קריים,
גיי זאגט די נ''י טיימס,
קוק ווי שיין איך RHYME,
ספליט נישט קיין ציין.

אין עני אלא בדעת,
כ'מיין נישט טרייבן שפאס,
מ'האלט דאך נאך יוה''כ ווייס,
נאר מעורר זיין צו ניצן די דזשעלי, נישט דמיונות פון די בעלי!
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר