בלאט 1 פון 1

יצחק און רבקה, דאס געוויין אין די ווינקעלע

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 10:47 pm
דורך קרן זוית
יצחק מתפלל פאר קינדער
יאהרן לויפען, זומער ווינטער

ויעתר לה'
כ'בין אין א קלעם

הרבה והפציר בתפלה
ביים ווינקל, א שטילע

מתפלל לנוכח אשתו טאקע
רבקה זאל שוין זיין א מאמע

עומד בזוית זו
תן לי בני

כ'האף נאר צו דיר
וויפיל איז די שיעור

עינינו לך תלויות
ביי דיר זעהט מען ישועות

רבקה איז טאקע אן עקרה
אפי' הכי גיי איך נישט צו עבודה זרה

כ'בין צו דיר געטריי
בדרך אבי אברהם כ'גיי

יא ס'איז טאקע שווער ליידער
אפי הכי גיי איך נישט צו א קבר

תפילה נאר צום רבונו של עולם
בשום אופן נאכטאנצן עולם גולם

המפתח, הוא רק בידך
אין לי תקווה, אלא ממך

הודעהפורסם: פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 12:49 pm
דורך בן נון
קרן זוית האט געשריבן:
יא ס'איז טאקע שווער ליידער
אפי הכי גיי איך נישט צו א קבר

למעשה איז ער געהאלפן געווארן בזכות אברהם אביו(צדיק בן צדיק) נישט צופיל אנדערש פון גיין צו א קבר וצ”ע

הודעהפורסם: פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 1:09 pm
דורך קרן זוית
בן נון האט געשריבן:
קרן זוית האט געשריבן:
יא ס'איז טאקע שווער ליידער
אפי הכי גיי איך נישט צו א קבר

למעשה איז ער געהאלפן געווארן בזכות אברהם אביו(צדיק בן צדיק) נישט צופיל אנדערש פון גיין צו א קבר וצ”ע


נישט אזא צ"ע, בכלל נישט קיין פארגלייך !!

איבערהויפט נאכדעם וואס מיר זענען באלויכטען געווארען די וואך מיט א שיינעם פשט מבעל @עצי שיטים אז די ענין פון צדיק בן צדיק איז דייקא די עבודה פונעם קינד...

וז"ל: גערעכט טאקע אז א תפלת צדיק בן רשע האט א חשיבות, למעשה דארף מען זיך שלאגן אנטקעגן די שטראם. אבער אסאך חשוב'ער איז א תפלת צדיק בן צדיק, אזא איינער וואס דארף זיך שלאגן מיטן שטראם שבתוך השטראם! ער האט אסאך א שווערערע עבודה זיך צו האלטן ריין און אמת'דיג. דערפאר איז ויעתר "לו" ה' דוקא!