My psychedelic revelation

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2157 מאל

My psychedelic revelation

שליחה דורך פרייוויליג »

כ'זיך,
כ'בין נישט מיך,
עס פלאגט מיין געוויסן,
כ'דריי מיך ארום צוריסן,
מה למעלה ומה למטה,
מיין זעל ברענט ווי א פייער אויף וואטע,

אויבן אין מיין מוח,
דארט שפירט מיין נשמה ריין און הויך,
ווי א קלארע פייער וואס האט נישט קיין רויך,
ס'שפירט לייכט, עס דארף נישט קיין כוח,

די הארץ מאכט שווער,
וויפיל עס האט דארף עס מער,
קוק אויף מיר, קוק אהער,
ווען איך רעד, שרייט ער ווער,

ער מאכט מיך נידריג,
בעט זאכן וואס זענען איבריג,
מאכט נישט אויס אויב עס זינדיג,

איך ווער א קנעכט,
די הארץ איז אלץ אין געפעכט,
לויפט נאך, אפילו עס איז נישט עכט,
אינטערסירט נישט אויב עס שפירט שלעכט,

איך שוועב צווישן צוויי וועלטן,
א רואיגער מינוט טרעף איך זעלטן,
איך האב נישט די מיה,
דאס לעבן איז פארמאטערט, נישטא קיין רוה,

מיין לעבן זינגט און טרויערט,
מיין נשמה פרייליך, מיין הארץ פארזויערט,
זאכן רוקן זיך נישט, ס'גייט נישט forward
אלעס איז פארמאכט, ס'איז אינגאנצן פארמויערט,

מיין טייער קינד, קום מיט מיר,
לאמיך דיך עפענען די טיר,
כאפ מיך אן ווייל איך בין מיט דיר,
איך וועל דיך מגלה זיין א סוד,
איך בין דיין ג-ט,

גארנישט עקזעסטירט נישט נאך איך,
דו ביסט מיך, און איך בין דיך,
אלעס ווערט פארשווינדן, נישטא מער דעם זיך,

מיין נשמה איז מער נישט צוגעבינדן צו א קייט,
עס איז נישט נאנט און נישט ווייט,
עס האט נישט קיין ספעיס עס האט נישט קיין צייט,

איך זע די וועלט כחלום יָעוּף,
איך בין א נשמה, און נישט קיין גוּף,
אין א פארבייגענעדע שאטן,
טוען זיך מיינע פיין בראטן,

דאס לעבן איז אן אילוזיע פיל מיט חזיונות,
די מציאות איז א שפיגל פון מיינע דמיונות,
א מאדל פון מיין אייגענע נסיונות,
אדם חופש בדמיונו, דאס זענען מיינע עוונות,

דאס גאנצע לעבן איז געווען שנעל ווי אן אויגן בליק,
מיין לעבן האט זיך נישט אנגעהויבן 33 יאר צוריק,
איך בין נישט קיין מענטש וואס שפירט אז ער האט א נשמה,
איך בין א נשמה וואס שפירט ווי א מענטש, אן קיין שום הַגְזָמָה,

איך האב געשפירט דערשראקן,
איך בין געליגן איך האב נישט געקענט וואָקן,
איך האב געזוכט צו אנטלויפן,
נישט געווען וואו, נישט געווען קיין שום אופן,

מיין איינציגסטער טרייסט,
אז ארום מיך שוועבט א געטליכן גייסט,
ער נעמט מיך ארום פון אלע זייטן,
ער באפרייט מיך פון אלע קייטן,

נישטא אזא זאך ווי שלעכטס, כאב געהאט א טעות,
מיין באשעפער טוט נאר גוטס, ממנו לא תצא רָעוֹת,
די וועלט ווערט גוט, מענטשן זענען גוט, איך ווער מיטאמאל וואַך,
אלע וואסערן פירן דאך צום גרויסן טייך,

טאטע לאז מיך נישט דא איבער,
פונקט ווי דא אין צימער,
וויל איך דיך ווייטער שפירן וואו אימער,

איך וויל בלייבן מיט דיך שפאצירן,
איך וויל קענען עפענען אלע טירן,
נאר מיט דיך וויל איך זיך קענען באצירן,

מיין לעבעדיגן טאטע, דער המטיב והטוב'ן.
שפיר איך מיט מיך פונקט ווי אויבן,
אן אלמעכטיגער וואס זיין גרויסקייט זעט זיך ארויס פון "פּלענטס" גלייך ווי בלומען.


דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר