דער מייסטער פאָעט רוּמי - געקליבענע פאַעזיע'ס

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
עולם הזה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2020 5:55 pm
האט שוין געלייקט: 251 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

דער מייסטער פאָעט רוּמי - געקליבענע פאַעזיע'ס

שליחה דורך עולם הזה »

גאַסטהויז

א מענטש איז ווי א גאסט הויז
יעדן אינדערפרי פריש אנגעקומענע

א פרייליכקייט, א דעפרעסיע, א געמיינהייט
אביסל מאמענטאלע אויפוואכונג קומט
ווי אן אומערווארטעט באזוכער

ערפאנג און אונטערהאלט זיי אלע
אפילו עס איז א זאמלונג פון טרויער
וועלכע ליידיגט אויס ווילדערהייט
דאס הויז פון מעבל

דאך, באהאנדל יעדע גאסט מיט עהרע,
ווייל אפשר טוט ער דיר אויסרייניגן
פאר פרישע פארגעניגן

דער טונקעלע מחשבה, די שאנדע, דאס בייזוויליגקייט
טרעף זיי ביים טיר, לאכעדיג
און לאדען זיי אריין

זיי דאנקבער פאר ווער עס קומט נאר אריין
ווייל יעדער איז געשיקט געווארן
אלץ א וועג-ווייזער פון אויבן

****

ווער איז דאס רוּמי?

ווי קומט אן איסלאַמישע פייטן וואס האט געגלעבט מיט איבער 800 יאר צוריק און זיינע פאַעזיע'ס אריגינעל געשריבן אויף דעם פערסיש'ע שפראך זאל ווערן א גאר פאפולערן פיגור אין דעם היינטיגן דור, אויף אזוי ווייט אז זיינע איבערגעזעצטע ביכער זאל ווערן בעסט-סעללערס פארשפרייטענדיג זיינע ווערק צווישן פילע אנדערע רעליגיעס?

ווייל פון זיין גאלדענע פענע גיסט זיך פערל ווערטער אנגעפילט מיט אזויפיל געגועים אהבה און כיסופים צום באשעפער, ער נעמט אריין יעדעם איינעם נישט קיין חילוק וועלכע רעליגיע. צווישן די שורות ווערט כסדר דערמאנט אידישע קריסטליכע און מוסלומענע געשעענישן, אויך ברענגט ער אויף דעם אומגלויביגער. און פירט אריין דעם ליינער מיט זיין פאָעטישע פעדער אויף א רייזע צו אנערקענען דעם אלטימאטיווער רעאליטעט, זיינע ווערטער ליינט זיך ווי א מעדעטאציע פארן נשמה

זשאַלאַל אַל-דין מוכאַמעד רוּמי (אויך געריפן זשאַלאַל אַד-דין מוכאַמעד באַלקי, מערסט באקאנט אלס - רוּמי) 1207 – 1273 איז געווען א פּערסישע איסלאמישע טעאָלאָג און שטודירער, און איז ברייט באקאנט געווארן אלס דער מיסטישע פייטן וועמענס ווערק פאוקאסירט אויף די מעגליכקייט פאר א מיינונגפולע און דערהויבענע לעבן דורך איינערקענונג און ליבשאפט צום באשעפער

רוב פיוטם זענען געשריבן געווארן אויף פערסיש, אבער טייל מאל האט ער אויך געשריבן אויף טערקיש אראביש און גריכיש. און איז איבערגעזעצט געווארן אויף ענגליש ביי קאלמען באַרקס (85 יעריגן פאָעט און איבערזעצער)

ער איז געווען אן איבערגעגעבנע איסלאמישע סופי, און אפילו דער גרונד פון זיינע פאַעזיע'ס קומט פון אן איסלאמישער וועלט באגרוף, קען מען אבער זעהן אין זיין שרייב-ווערק ווי ער נעמט אריין יעדעם איינעם און פרובירט אנצווארעמען די מענטשהייט, נישט קיין חילוק זייער גלויבן צו א העכערע ספיריטואלע לעבן

געבוירן אין אפגאניסטאן אדער טאדזשיקיסטאן צו שטודירטע פערסיש-רעדנדע עלטערן, זיין טאטע איז געווען א רעליגיעזער פירער, וועלכע איז געווען אריין געטון אין 'סוּפיזם' די מיסטישע חלק פון איסלאם (ווי קבלה אין אידישקייט – להבדיל) ווען א מלחמה האט אויסגעבראכן זענען ער מיט זיין פאמיליע אנטלאפן קיין טערקיי, נאך זיין טאטענס פטירה האט ער נאגעפאלגט זיינע וועגן, און איז געווארן א רעספעקטירטע לעהרער און טעאלאג.

ביז ער האט אנגעטראפן און זיך באקענט מיט שאַמס טאבריזי וועלכע רוּמי און שאַמס זענען געווארן גאר נאנטע און אומשיידבערע חברים, און נאך זייער צוזאמטרעף האט זיך אלעס געטוישט.

זיין חבר און וועגווייזער - שאַמס

שאַמס טאַבריזי איז געעוען א מיסטישע סוּפי וועלכע האט געארבעט אלס קאָרב-פלעכטער און געפארן פון שטאט צו שטאט פרובירנדיג איינעמען ביי מענטשען, אבער האט אלעמאל גשפירט אז קיינער טוט איהם איהם נישט אמת'דיג פארשטיין, איז ער ארומגעפארן זוכנדיג א חבר וועלכע 'קען ערהייבן זיין אנוועזנהייט'

דאס צוזאמטרעף: רוּמי האט געהאלטן אינמיטן פירן זיין פערד ארום דעם מארק-פלאץ ווען דורכפארענדיג 'שאַמס' האט ער מיטאטאל אנגעכאפט די זאָטעל פונעם פערד און אים געפרעגט "ווער איז געווען גרעסער, דער נביא 'מוכאַמעד' אדער דער מיסטישע 'בעיזוד באַסטאַמי'?" אויף וואס רוּמי האט גלייך געענטפערט אז מוכאַמעד איז געווען גרעסער, "אויב אזוי" האט שאַמס צוריקגעפרעגט "פארוואס האט מוכאַמעד געזאגט צום באשעפער 'איך קען דיך נישט אזוי גוט ווי איך וואלט דיר געדארפט צו קענען' אבער באַסטאמי האט געזאגט 'הערליכקייט איז פאר מיר' באהויפטנדיג אז ער האט יא פולשטענדיג ערקענט די באשעפער און פארשטאנען אז געטליכקייט שיינט ארויס פון איהם זעלבסט" ? אויף דעם האט רוּמי געענפערט אז מוכאַמעד איז נאכאלץ גרעסער ווייל ער האט שטענדיג געגלוסט פאר א טיפערע פארבינדונג מיטן באשעפער, און האט אנערקענט אז נישט קיין חילוק ווי לאנג ער וועט נאר לעבן וועט ער קיינמאל פולשטענדיג פארשטיין דעם באשעפער, אבער באַסטאַמי דערקעגן האט געלויבט זיין מיסטישע ערפארונג אין געטליכקייט אלס אבסעלוט אמת, און איז נישט געגאנגען ווייטער און טיפער פון דעם.

נאך דעם ענטפער האט רוּמי פארלוירן זיין באוואוסטזיין ארפפאלנדיג פון זיין פערד, שאַמס האט דעמאלטס איינגעזען אז אט ער איז דער חבר וועם ער האט אזוי געוואלט טרעפן, ווען ער האט זיך ערוועקט האבן זיי זיך אַרומגענומען און זענען געווארן אומשיידברע חברים.

שאַמס איז געווארן פאר רוּמי ווי א רבי און תלמיד פון איין זייט, אבער אויך ווי צוויי גלייכע אינטעלעקטוּאלע חברים, אויף אזוי ווייט אז דאס פריינטשאפט האט אייגענטלעך אוועק גענומען רוּמי פון פארברענגען מיט זיינע אייגענע תלמידים.

און געווען איז עס איינמאל ווען שאַמס איז גערופען געווארן צום אונטערטיר פון הויז פון וועלכע ער איז ארויסגעגאנגען און איז קיינמאל מער נישט געזען געווארן.

רוּמי האט שטארק געקלאגט דערויף און איז געווארן אויסער זיך דערפון און זיך ארויסגעלאזט אים אויפזוכען. ער האט געזוכט און געקלאגאט און זיך נישט געקענט טרייסטן.
ווען אינמיטן האט ער ענדליך אנערקענט: פארוואס זאל איך איהם אפירזוכן ווען איך בין אייגענטליך איהם, זיין וועזן רעדט דורך מיר, און אין אמת'ן האב איך געזוכט מיר זעלבסט, מיר זענען איינס.

רוּמי דער פאָעט

אט די אנערקענונג האט געפירט רוּמי צו שרייבן און אויסדריקן זיין פאָעטישע מייסטווערק איבער 'טרויער' און טרייסטונג' אויף גאר א טיפער פארנעם, שרייבענדיג און אריינפירננדיג די פשוטער ליינער צו אנערקענען דאס געטליכקייט אין טאג טעגליכע אקטיוויטעטן נישט קיין חילוק ווי פשוט עס קוקט אויס, אריינבלאזנדיג א דערהויבנקייט און א ציל אין א מענטשס לעבן. אזוי אויך גיסט זיך ארויס דאס געפילן וואס גייען אדורך אויף די מענטשהייט, פרייליכקייט און טרויער, אנגעפולטקייט און ליידיגקייט, אהבה, געגועם, שטרעבונגן און יאוש, פארלוירנקייט און אנערקענונג. ארויסברעגענדיג די ראלער-קאסטער רייזע פון לעבן אין זיין אייגענארטיגן פערל-שפראך פאַעזיע

***

ווער עס האט א געשמאק אין פאַעזיע וואלט איך שטארק רעקאמאנדירט זיין אוצר-ווערק

לאמיר דא אראפברענגן אפאר פון זיינע פיוטום צו באקומען א שטיקל שפיר פון וואס מ'האנדלט דא.


אלזאָ נעם א טיפן אָטעם. אַאַהה… נאך איינס. אַאַהה… פארמאך די אויגן.. (האַ.. נישט ממש) לאמיר פארגעסן פונעם טאג טעגליכן האָהאַ און גיין אויף א שטיקל מעדעטאציע רייזע.

--

שטילקייט איז די שפראך פון באשעפער
אלעס אנדערש איז אן ארעמע איבערזעצונג
--
די אינספעראציע די טוסט זוכן
איז פון אינערהאלב דיר
זיי שטיל, און הער זיך צו
--
טו אייביג געדענקען
דו ביסט העלדיש'ער ווי דו גלייבסט
שטערקער ווי דו זעהסט אויס
קלוגער ווי דו טראכסט
און צוויי מאל שענער ווי דו האסט זיך נאר אמאל פארגעשטעלט
--
נעכטן בין איך געווען געריבן
האב איך געוואלט טוישן די וועלט
היינט בין איך פארשטענדליך
טויש איך זיך אליין
--
וואס שטילער מיר ווערן
אלס מער קענען מיר הערן
--
ווען דו הייבסט אן גיין אין וועג
דער וועג טוט ערשיינען
--
ס'איז דיין וועג און נאר דיינס
אנדערע מעגן גיין מיט דיר
אבער קיינער קען נישט גיין אנשטאט דיר
--
ערהייב דיינע ווערטער
נישט דיין שטימע
עס איז דער רעגן וואס מאכט בלומען וואקסן
נישט דונערן
--
קוק מיט די אויגן פון מיטגעפיל
הער מיט די אויערן פון געדולד
רעד מיט די שפראך פון ליבשאפט
--
מיר טראגן אין זיך
דער וואונדער מיר זוכן פון אינדרויסן
--
דאנקבארקייט איז די וויין פארן נשמה
גיי אן שיכור דיר אן
--
פראקטיציר געדולדקייט
דאס איז דאס וועזן פון לויב
האב געדולד
ווארום דאס איז אמת'דיגע דינסט
קיין אנעדערע דינסט איז נישט ווערד ווי דאס
פראקטיציר געדולדקייט
געדולד איז דער שליסל צו אלע ערלייכטונגן
--
חכמה זאגט מיר זענען נישט ווערד
אהבה זאגט מיר זענען יא
מיין לעבן טוט שוועבן צווישן זיי צוויי
--
אויב זוכסטו א חבר
וואס איז פעלער-לאז
וועסטו בלייבן פריינט-לאז
--
דו דארפסט אנגיין מיטן צוברעכן דיין הארץ
ביז עס עפענט זיך
--
ווען דו ביסט איבעראל
ביסטו אינערגעץ נישט
ווען דו ביסט ערגעצוואו
ביסטו איבעראל
--
די קונסט פון 'וויסן'
איז וויסן וואס צו איגנארירן
--
ווען אימער דו ביסט אליין, טו געדענקן
אז דער באשעפער האט יעדן אוועקגעשיקט
אזוי איז דא נאר דו מיט איהם
--
דיין אויפגאבע איז נישט צו זוכן ליבשאפט
נאר זוכען און טרעפן די צוים פון אין דיר
וועלכע דו האסט געבויעט דערקעגן
--
ליבשאפט איז נישט געשריבן אויף פאפיר
פאפיר קען זיך פארמעקן
אויך נישט איינגעקרוצט אין א שטיין
שטיין קען זיך צוברעכן
נאר איז איינגעזיגלט אויף א הארץ
און זאל דארט פארבלייבן אויף אייביג
--
לעבן איז א באלאנס
צווישן אנהאלטן און נאכלאזן
--
א ליכטל פארלירט נישט פון איר שיין
אנצינדענדיג אן אנדערע ליכטל
--
קוק נישט אויף צוריק
קיינער ווייסט נישט וויאזוי די וועלט האט זיך אנגעהויבן
האב נישט מורא פונעם עתיד
גארנישט האלט אן אויף אייביג
אויב פארוויילסטו אונעם עבר
וועסטו פארפאסן די יעצטיגע מאמענט
--
פארליר דיר נישט אין דיין ווייטאג
אנערקען אז איין טאג וועט דיין ווייטאג זיין דיין היילונג
--
איך ליב מיינע פריינט
נישט מיט מיין הארץ אדער מיט מיין מח
אין פאל דאס הארץ קען זיך אפשטעלן און דער מח קען פארגעסן
איך טו זיי ליבן מיט מיין נשמה
די נשמה שטעלט זיך קיינמאל אפ אדער פארגעסט
--
מיין טייערע הארץ
טראכט קיינמאל אז דו ביסט בעסער פון אנדערע
הער זיך איין צו זייער צער מיט מיטגעפיל
--
אויב ווילסטו פרידן
באשיץ נישט שלעכטע מחשבות
פארמייד פלוידעריי
לערן נישט אויס אנדערע, וואס דו אליינס קענסט נישט
--
פיל נישט איינזאם
די גאצע וועלט איז אין דיר
--
די מח זאגט עס איז גארנישטא אויסער די פיזישער וועלט
דאס הארץ זאגט עס איז יא דא
כ'האב שוין דארט באזוכט אסאך מאל
--
זיי נישט טרויעריג
דער באשעפער שיקט האפענונג
אין די פארצווייפלסטע מאמענטן
פערגעס נישט אז די שטערקסטע רעגן
קומט פון די טונקל'סטע וואלקענעס
--
ווען די ליפן שווייגט
דאס הארץ פארמאגט טויזנטע צונג'ען
--
סיי וואס עס געשעט צו דיר
פאל נישט אריין אין יאוש
אפילו אלע טירן זענען פארמאכט
א באהאלטענע וועג וועט זיך פארשטעלן פאר דיר
א וועג פון וואס קיינער ווייסט נישט,
קענסט עס נאכנישט זען
אבער פילע גן עדן'ס
זענען ביים ענדע וועג
--
זיי דאנקבאר,
עס איז גרינג צו דאנקן
נאכן ערהאלטן וואס דו ווילסט,
דאנק בעפארן באקומען וואס דו ווילסט
--
שווייגעניש געבט ענטפער'ס
--
זיי דאנקבאר פאר דיין לעבן
פאר יעדע דעטאל דערפון
און דיין פנים וועט לייכטן ווי א זון
און יעדער וואס זעט דאס
וועט ווערן דערפרייט און צופרידן
--
אין יעדע רעליגיע איז דא ליבשאפט
אבער ליבשאפט האט נישט קיין רעליגיע
--
דו ביסט געבוירן מיט פּאָטענציעל
דו ביסט געבוירן מיט גוטסקייט און צוטרוי
דו ביסט געבוירן מיט אידעאלן און שאיפות
דו ביסט געבוירן מיט ערהויבנקייט,
דו ביסט געבוירן מיט פליגלען
דו ביסט נישט געמאכט צו קריכן
קריך נישט
--
נעכטן האב איך געבעטן דעם קלוגן
זאל מיר זאגן דער סוד פון די וועלט
ער הא שטייטלעך געשעפשעט
"זיי שטיל דער סוד קען נישט געזאגט ווערן
עס איז איינגעוויקלט אין שטילקייט"
--
טרויער טוט דיר אנגרייטן פאר פרייד
ווילדערהייט טוט עס אויסליידיגן אלעס פון הויז
כדי דער פרישע פארגעניגן זאל האבן פלאץ אריינצוקומען
עס שאקלט אפ די געלע בלעטער פון דער בויגן פון דיין הארץ
אז פרישע גרינע בלעטער זאל קענען וואקסן אין איר פלאץ
--
ווען ליבשאפט ווערט נישט אגענומען
גיי ווייטער
ווען ליבשאפט איז נישט אנערקענט
גיי אוועק
האפנטליך צייט וועט דיר לערנען וואס אמת'ע אהבה איז
--
דו לעבסט נישט אין די וועלט
דו טוסט איר דורכגיין
--
ווי די מחשבה זעט נאר צוימונגען
ליבע ווייסט דער באהאלטענע וועג אריין
--
איך האב געזאגט:
וואס איז וועגן מיין אויגן
האט די באשעפער געזאגט:
האלט זיי אויף די וועגן
האב איך געזאגט:
וואס איז וועגן מיין תְשׁוּקָה
האט די באשעפער געזאגט
לאז עס ברענען
האב איך געזאגט:
וואס איז וועגן מיין הארץ
האט די באשעפער געזאגט:
זאג מיר וואס האלטסטו דערין
האב איך געזאגט:
ווייטאג און טרויער
האט ער געזאגט:
בלייב דערמיט, די וואונד איז דער פלאץ פון ווי די ליכטיגקייט קומט אריין
--
אסאך פון די פעלער'ן דו זעסט אין אנדערע
מיין טייערע ליינער
איז דיין אייגענע נאטור
אפשפיגלנדיג אין זיי
--
טרעף דאס זיסקייט אין דיין הארץ
דערנאך וועסטו טרעפן דאס זיסקייט אין יעדענס הארץ
--
אויב ווילסטו געלט מער פון סיי וואס
וועסטו געקויפט און פארקויפט ווערן
דיין גאצע לעבן
--
די אויג ווערט בלינד
אויב עס וויל נאר זען 'פארוואס'
--
ווען די וועלט ווארפט דיר אויף דיינע קניען
ביסטו אין די בעסטע פאזיציע צו דאווענען
--
זיי געדולדיג
ווען דו זיצט אין טונקל'קייט
דער פרימארגן טוט קומען
--
זיי תמימות'דיג אין ליבע
ווייל ליבע איז אלץ וואס איז פארהאן
--
אויב ווערטער קומען ארויס פון הארץ
וועלן זיי אריינדרונגען אין הארץ
--
זיי א לאמפ, א רעטונגס-שיף, א לייטער
העלף אן אנדערען'ס נשמה היילן,
גיי ארויס פון הויז, ווי א פאסטוך
--
מיין נישט אז דער גארטן פארלירט איר עקסטאַז אין ווינטער
ס'איז טאקע שטיל אבער דער ווארצלען פון אונטן זענען רעש'יג
--
די איינציגע דויערהאפטיגע שיינקייט
איז די שיינקייט פון דאס הארץ
--
דו האסט נישט קיין אנונג ווי שטארק כ'האב געזוכט
פאר א מתנה דיר צו ברענגען
גארנישט האט נישט אויסגעזען ריכטיג,
וואס איז דער ציל צו ברענגען גאלד צום גאלד-מינע, וואסער צום ים?
אלעס מיט וואס איך בין נאר אויפגעקומען
איז געווען ווי ברענגען געווירצן צום אויסלענדישן
אויך איז נישט ריכטיג דיר צו געבן מיין הארץ און מיין נשמה
ווייל דו האסט עס שוין
האב איך דיר געברענגט א שפיגל
קוק אויף דיר און געדענק מיר
--
ווען אימער עס געלונגט אונז צו ליבן
אן ערווארטונגען, חשבונות, פארהאנלונגען
זענען מיר אייגנטליך אין גן-עדן
--
צו ווייסטו ווער דו ביסט?
דו ביסט די האנט-שריפט פון א געטליכע בריוו
דו ביסט א שפיגל אפשפיגלנדיג א נאבעלע געזוכט
--
די וועלט איז נישט אינדרויסן פון דיר
קוק אריין אין דיר זעלבסט
אלעס וואס דו ווילסט
דאס ביסטו שוין
--
איך האב אלץ געמיינט אז איך בין געווען מיר
אבער ניין
איך בין געווען דיר און דאס קיינמאל געוויסט
--
אינדרויסן פון גערעכטיגקייט און אומרעכט
איז דא א באדן
כ'וועל דיר דארט טרעפן
--
זיי ווי די בוים
און לאז דער טויטע בלעטער פאלן
זיי ווי דער זון
פאר גענאדע און דערבארעמקייט
זיי ווי די נאכט
פאר פעלערן
זיי ווי פליסיגע וואסער
פאר ברייטהארציגקייט
זיי ווי דער טויטע
פאר כעס און צארן
זיי ווי די ערד
פאר באשיידנקייט
ערשיין ווי דו ביסט, זיי ווי דו ערשיינסט
--
איך בין דאס שטויב אין דער זון
איך בין די נעפל אין פרי-מארגן
דאס אטעם פון פארנאכטס
איך בין דער פונק אין דער שטיינדל
דער גלאנץ פון אינמיטן גאלד
די רויז, און דאס נאכטיגאל (פויגל) פארשיכורט פון איר גערוך
איך בין די קייט פון וועזנהייט
דער רינג פון די ספערען
די ראמען פון באשאפונג
דער אויפגאנג און אונטערגאנג
איך בין די נשמה אין אלע
--
דו ווייזט דיין ווערד דורך וואס דו זוכסט
--
נישט די וואס רעדן די זעלבע שפראך
נאר די וואס טיילן מיט די זעלבע געפילן
פארשטייען זיך איינער דעם אנדערן
--
אונזער גרעסטע שטארקייט
ליגט אין די איידלקייט און ווייכקייט
פון אונזער הארץ
--
צו ליבן איז מענטשליך
צו פילן ווייטאג איז מענטשליך
אבער צו ליבן טראץ דער ווייטאג
איז ריין מלאך'דיג
--
'פרייליך' איז די מאמענט
ווען מיר זיצן צוזאמען
מיט צוויי פארעמען צוויי פנימער
אבער איין נשמה
דו און איך
--
יעדע בלעטל וועט דיר עדות זאגן
אז וואס דו טוסט איינזייען איז פרוכטבאר
אויב האסטו שכל מיין טייער חבר
פלאנץ גארנישט אויסער ליבשאפט
--
סיי וואס קומט, וועט גיין
וואס ווערט געטראפן וועט נאכאמאל פארלוירן ווערן
אבער וואס דו ביסט
איז אויסער קומען און אויסער שילדערונג
--
קלאג נישט אויף וואס עס איז נישט געקומען
געוויסע זאכן וואס פאסירן נישט
טוט אפהאלטן אומגליקן פון פאסירן
--
זיי נשמה'דיג
זיי פריינטליך
זיי אין ליבשאפט
איין טאג וועט אונזער נשמה זיין איינס
און אונזער פאראייניגונג אויף אייביג
--
איך ווייס אז אלעס וואס איך געב דיר
קומט צוריק צו מיר
געב איך דיר מיין לעבן
האפנדיג דו וועסט צוריקומען צו מיר
--
זיץ נישט און ווארט
גיי ארויס
שפיר דיין לעבן
פיל דער זון
טובל דיך אין ים
--
אויב איינער פרעגט דיר
'אבער וואס איז לבשאפט'
ענטפער: אויפלאזן דער רצון
--
ווען עס זעט אויס אז אלעס גייט קעגן דיר
ווען דו שפירסט דו קענסט מער נישט פארטראגן אפילו איין מינוט
געב קיינמאל נישט אויף, ווייל דאס איז די צייט און פלאץ
ווי דער ביז יעצטיגער גאנג וועט זיך טוישן
--
פארוואס ביסטו אזוי פארכאפט דורך די וועלט
ווען א גאלד-גריב ליגט אין דיר
--
פרידליך איז דער וואס איז נישט פארנומען
איבער האבן מער אדער ווייניגער
אומגעבונדן צו באנעמונג און כבוד
פריי פון טרויער פון די וועלט
און מערסטנס פריי פון זיך זעלבסט
--
מיר זענען די שפיגל און אויך דאס געזוכט דערין
מיר פארזוכן דער טעם אין די מינוט
פון אייביגקייט. מיר זענען ווייטאג
און דאס וואס היילט ווייטאג, ביידע. מיר זענען
דאס זיסע קאלטע וואסער און די פלאש וואס גיסט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום עולם הזה, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר