הער שוין אויף טריפן

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
פאעזיע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 1:11 pm
האט שוין געלייקט: 82 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל

הער שוין אויף טריפן

שליחה דורך פאעזיע »

דער מאסקיטאו צאפט בליטיגט
פליט אוועק אנגעזעטיגט
דער מענטש שפירט א קיצל
און געט א רייב א פיצל

אבער אנשטאט זיך היילן
טוט די ענגשאפט וויילן
ווי מער מ’קראצט באמערקט ער
ציעט עס צו קראצן שטערקער

שוין שעות וואס ער טוט קראצן
פון ענגשאפט טוט ער פלאצן
צום געשעפט ער לויפט
א גרויסע בערשטל איינגעקויפט

דאס בערשטעל עס העלפט נישט
לויפט ער צום שוויץ
אבער עס וואקסט נאך מער דאס רייץ
ער זעט ס׳איז כלו כל השווייץ

פראבירט ווייטעמינען טיי און קאווע
בארגט פעין קילערס פון זיין חבר
קען נישט שלאפען גאנצע טעג
לויפט צום דאקטער צו געבן א פרעג

דער דאקטער מאכט דרישה וחקירה
טוט עם איינמעלדען די בשורה
אז אלעס איז גוט מיט עם
ער זעט נישט קיין שום פראבלעם

ער גייט די זאך אין די האנט אליין נעמען
מיט די לעגאלע סחורה טוט ער זיך באקענען
גענוג מיט די אלע וויצן
מ׳גייט קביצת הדרך דורך נעמען געווירצען

אבער אנשטאט'ס א תענוג
א שלעכטע טריפ כאפט א פאניק
א נייע געדאנק טוט עם בייפאלן
אפשר איז ער גאר נישט מיט אלעם

גייט צום פסיכולוג און ער וויינט
ס'איז אלטע פראבלעמען נישט פון היינט
צעשוידערט און צעבראכן
אין א טיפע יאוש אריינגעקראכן

פון א שטיק מכה ופטיש
ווערט ער אן ערענסטע מבקש
ספרי חסידות לאין ערך
און טרעפט זיך א מורה דרך

דער מורה דרך איז אין די נייעס
א חזיר פונקט ווי אלע חיות
דער ערשטע מאל זייטן געבוירען
די אמונת צדיקים האט ער פארלוירען

טוט זיך אנליינען
הייבט אהן ביטערלעך וויינען
א פארמאכטע לעבן נישט קיין וואונדער
לאזט אפ דאס ווייב און קינדער

ערקערלט זיך אלץ אויס תם
מופט לעבר לים
א נייע לעבן פון דאס ניי
פיסט און פריי

מיט זונות אויסגעלאסע
ליגט ער זיך ביים וואסער
איין טאג ווערט ער א העלד
וואס טוישט זיין בליק אויפן וועלט

א קינד׳ס לעבן באשאנקען
געראטעוועט פון ווערן דערטראנקען
ער שפירט ס'איז דא עפעס טיפער
גייט אריין אין א ספיריטשעל תקופה

געטראפען אן אינדיאנער שבט פירער
מאכט מעדיטעשען און א רינדעכיגער שורה
גענוג געווען מיט די וועלטליכע טומלען
דער מוח שוועבט צווישען הימלען

ס׳בלאזט א פרישע רוח
באקענט זיך מיט א חבד שליח
וואס איז עם מסביר אז לכאורה
איז התבודדות גאר א חלק פון די תורה

ער לויפט קיין אומאן אויף ראש השנה
ארויסצושלעפן פון גיהנום זיין נשמה
שטורעמעשען געפילען
טוט ארויסבליען

אינגאנצען איבערגענומען
פאהרט ער צו ר' שמעון
שלאפט דארט גאנצע נעכט
תענית דיבור מיט פערציג לעכט

ווערט א מופרש וקדוש
זוהר און קבלה מלוא וגדוש
זינגט הויעך לב טהור ברא לי
שטעלט צאם מנין אויף תיקון כללי

בעלי תשובות מבקשים גייען פאר עם ניסלעך
א קרעמל ארום עם שאפט זיך צעביסלעך
די רבנים שרייען ס'איז א טומאה
אבער די תלמידים ווערן וואס מער פרומער

פון א חבורה צו א קהילה
צו א גאנצע סיסטעם במלוא מובן המילה
מוסדות בנינים און שידוכים
תקנות משגיחים און מדריכים

א פרישע דור געבוירען
מ'פארשטאפט זיי גלייך די אויגן און אויערן
זאלן זיי נישט פרעגן און זיין געפאנגען
צו אלעס וואס זייער עלטערן זענען דורכגעגאנגען

א מאסקיטאו קומנט צו פליען
אויף א חסיד׳ס האנט טוט ער ריען
געט א בייס און עס הייבט אן ציפן
אבער דער בחור׳ל בייזט זיך דאס ליפן

ער פארשטייט אז ווי מער מען געט איין צום ציע
אלץ שטערקער ווערט דאס ברי
אז מען לאזט דאס פייער פון זיך אויסברענען
שפאהרט מען זיך איין שבעה מדורי גיהנום

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר