דאס משיח-יונגל

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 543
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1978 מאל

דאס משיח-יונגל

שליחה דורך תוהו ובוהו »

אין מיין חלום...

כ'טרעף מיך מיטאמאל בהרף עין
הארט ביי די טויערן פון ירושלים

דארט אויף אן אור-אלטער באנק
זיץ איך איינזאם, שוואך און קראנק

מאדנע שטומעס הערן זיך פונדערווייטן
א העפטיגער שניי פאלט פון אלע זייטן

דאך די זון ווי קיינמאל בעפאר שטראלט
דאס הארץ איז מיר ברייט אויפגעפראלט

-------

אין מיין חלום...

איין זאך שפיר איך קריסטאל קלאר
עפעס גאר הימליש קומט דא פאר

אינסטינקטיוו שעפּשען מיינע ליפּן
א שטייפע תפלה טו איך אויסזיפּן

א בליץ! אלע הימלען טוען אויפרייסן
אין איין רגע טו איך אלעס אויפפּאסן

"במופלא אל תחקור", ווארנט בן סירא
די אויגן מאכן זיך מיר צו, אן קיין בחירה

און דאן האב איך אים דערהערט...

-------

אין מיין חלום...

כ'רייס אויף מיינע אויגן געשווינד
הארט נעבן מיר זיצט זיך א קינד

דאס יונגל איז קלוג און זייער אלט
אן קיין קרוין אדער רבנ'יש געשטאלט

א קלארע וויזיע באפאלט מיר מיט'ן רוח
דאס מאדנע יונגל, ער איז עס, משיח!

ער קוקט מיך אריין אין די אויגן גלייך
דורך און דורך, ער זעט יעדע זאך

מיין גאנצער וועזן גענצליך געפרוירן
נאקעט ווי אין טאג וואס כ'בין געבוירן

מיט קוראזש געשטארקט אויף מיין לאגע
אים געווארפן די מיליאן-יאריגע פראגע:

ווען? ווען? ווען?

ווען ענדיגט זיך דער גלות? ווען ענדיגן זיך די ספקות?
ווען וועלן שוין די פולע שבּלות איינשלינגען די ריקות?


-------

אין מיין חלום...

ער שטייט אויפ'ן באנק מיט פארגלייזטע אויגן
אין איין האנט א פידל, אין צווייטער דעם בויגן

אויסגעשפרייט די הענט, פארווארפן דעם קאפ
ער שפילט לידער הימליש, טראפ נאך טראפ

שטיינער פאלן פון מיר מיט יעדער סטרונע
מיין נשמה וויל פאראייניגן מיט דער שכינה

אה! ווי ער האט געשפילט...

-------

אין מיין חלום...

מיין פנים פארפלאמט, באנעצט מיט טרערן
דעם מיטאלאגישן שופר הייב איך אן הערן

און דאן אויפאמאל, אינמיטן דעם געטליכן ניגון
אין מיין טונקל הארץ האט ער אריינגעשריגן:

ווען? ווען? ווען?

ווען וועסטו שוין איינזען דעם פשוט'ן אויספיר?
דער גלות איז דאך אין דיר, נישט דו אין איר!


-------

אין מיין חלום...

פוקסן שפאצירן אריבער
דער ביהמ"ק שטייט א פארשוועכטער
מיר בליקן זיך איבער
און פלאצן אויס אין א ווילד געלעכטער

-------

הילד המשיח - שולי רנד - פרייע איבערזעצונג
רעאגיר