די פאשקעווילן דערציילן

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 544
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1987 מאל

די פאשקעווילן דערציילן

שליחה דורך תוהו ובוהו »

צו די שלושים פון אומפארגעסליכן מיכאל שניצלער ע"ה

בניגון הידוע

א קנאי, א וויסטער
אויף די גאסן אונז אויסשיסט ער
גאנץ אויסגעדראשן, רעגולער כתבי פלסתר
אין אלע חרד'ישע שטעט
א קליינע מינאריטעט
באשלוסן פאר גרויסע און קליינע פאסט ער

א קינד קוים צוויי יאר אלט
דאס איז נישט קיין אפהאלט
חלילה קיין רויטע, ציענדע מאטעריאלן
אין חדר אלע טעג
נאר פלאסטישע גלעזער מ'מעג
אז נישט וועט דאך אידישקייט צעפאלן

א בחור אין דער ישיבה
קיין זייגער אויף דער האנט
ווער רעדט נאך פון עסן אין א רעסטוראנט
דער טאטע אין מארק
אנע וואטסעפפ פלאג זיך שטארק
ס'וועט דאך חלילה אפפירן דאס יונגווארג

עס באדערט פאר'ן רבי'ן
דעם פאנדזשעלאו דעם לאנגן
ס'קען נאך אויפוועקן זיינע דראנגען
אָן קיין הויכע זוילן
אזוי האט דער רבי באפוילן
דער טעם דערפאר איז גענצליך פארהוילן

מיר זענען פאפיר, מיר זענען שטומע עדות
מיר קאנטראלירן אייניקלעך און זיידעס
א פארשלאג, א קאפריז, א חק בלי טעם
און ווייל מ'דארף דאך בלויז האבן א פעדער
און אסאך שריט, אָן א רי"ש, דערפאר קען יעדער
אסר'ן וואס אימער עס פאלט אים איין

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר