פאעזיע: דער המון, און איך.

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
נח געציל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 3:30 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

פאעזיע: דער המון, און איך.

שליחה דורך נח געציל »

דער המון, און איך.

איך בין א חלק, נישט קיין מיטגליד. א נפש צווישן ראבאטן, א נשמה אין גשמיות פאבריק.

כ'ווייס נישט צי כ'בין אריינגעפאלן, צי ארויסגעפאלן. צי כ'בין א פרעמדער אינעם תכלית, צי א תכלית אין דער פרעמד. - -א מיסטעריע פארן מיסטעריעזן.

איז זי מיר אויסגעוואקסן, צי איך איר?

איך לעב דערין, אבער זע פונדערויסן. ווי גראוויטי וואלט אויסגעלאזט די אויגן און געלאזט איר שוועבן פון העכער.

איך עס וואס זי עסט, אבער שלינג נישט וואס זי פיטערט. איך גיי ווי זי גייט, אבער נישט אין זעלבן טאקט.

ווען זי לויפט בין איך געלעמט מיט ספק, און ווען איך לויף טרעף איך זיך אליין.

זי עסט פוסטקייט און הונגערט נאך חומר, אבער אין מינוטן פון אויסוואל שלינגט זי ווידער הבל און כאפט אין-ממש.

איך זע חושך, זי זעט ליכט; און זי זאגט די זעלבע אויף מיר.

איך קוק אויפן אויבן, זע איך נידערריגקייט. אויף פירערס, זע איך שקלאפן - - פארשקלאפט פאר זיך זעלבסט.

איך זע קארופציע, זי זינגט קדוש. איך זע געמיין, זי וויל נאך. בין איך דער גראדער וואס זעט דאס קרומע, צי איז קרומקייט גראד, און איך בין נאאיוו געבויגן?

וויי צו א וועלט ווי קרבנות ליבן זייערע שוחטים, און פינאנצירן די חלפים.

נאר פארטאגס איז גוט. קלאר. ריין. מחשבה איז פריי, מח געוועלטיקט. איידער די שלאפנדע פארפלעקן איר ציכטיגקייט, און באווארפן איר מיט א זאמד פון טומל.

אין בין מקנא אדם, וויל אמאל זיין חוני. שטילקייט איז מיין פריינט, ליידיגקייט מיין ברודער.

איך טראכט פאר יארן, נאר צו טרעפן ספיקות. דאן טרעף איז זיי אלץ מסקנות, פון טראכטערס פון לאנג צוריק; און דייקא דאס מאכט מיר גוט.

אפשר. אפשר איז עס נאר א חלום. אפשר וועל איך זיך אט ערוועקן און בן מימון איז מיין העכסטער, ירמי' מיין מוכיח. אבער איך שלאף שוין צי לאנג, און איך געדענק נישט זיין וואך.

ווי העכער, אלץ העכער איז הויך. דייקא די נידעריגע זעען זיך ביים שפיץ.

אבער ווער זאגט אז קלאר איז גוט, ווער זאגט אז תירוצים זענען מתרץ. אז מיין משלח ווייסט מיין פארוואס, איז מיר אויך גענוג.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר