איזה חכם, לכבוד ר"ה תשע"ג: פאעזיע

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
קווארטין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 77 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

איזה חכם, לכבוד ר"ה תשע"ג: פאעזיע

שליחה דורך קווארטין »

איזה חכם הרואה את הנולד, די כוח פון אונזער דאווענען

אזוי ווי מיר טרעטן שוין בקרוב אריין אינעם נייעם יאר תשע"ג, האב איך זיך דערטראכט צו שרייבן אפאר חיזוק ווערטער פאר מיר און פאר מיינע חברים דא אין "קאוועניו". ליינט און האט הנאה.

איך וויל פרעגן איין זאך
ווען איר האלט אינמיטן שפילן א שווערן שאך
אינמיטן קומט דיין חבר און גיבט דיר אויפן רוקן א קראך
העי, פארוואס מאכסטו נישט די מאוו גלייך
אזוי וועסטו דעם געים נישט צו לאנג שפינען
ווייל דו וועסט דעם שפיל גראד געוואונען

וויל איך אייך פרעגן מיינע פריינט, איז דאס דברים מוכרחים
אז דער עצה געבער איז א גרויסער חכם?
ווייל אין מיינע אויגן איז ער א גרויסע כסיל
דער וואס העלפט יענעם געוואונען דעם שפיל
ווייל צו געוואונען א געים, איך רעכן
דארף מען זיך ס'קאפ אליין ברעכן
ווייל וואס איז דען די ציל: נישט אנציקומען צו די מדרגות פון ר' טרפון
נאר בלויז זיך ס'קעפל אביסל אויסצושארפן

אויב אזוי איז מיר שווער בהאי לישנא
וואס איז דאן פשט אין אונזער משנה
די געוואלדיגע עצה וואסיז אויפן מענטשן שולט
"איזה חכם הרואה את הנולד"
פארוואס זאל איך מיך נישט אליין ברעכן קאפ וויזוי צו קליגן
אזוי וועליך אלע מיינע קונקערענטן קענען באזיגן

מיין קשיא פרעג איך בלויז אלץ אויסשמועסר
ווייל ס'איז זיכער, אז מער ווי עצה, קומט די משנה אלץ א מוסר
אז מ'זאל האלטן די אויגן אויפן פיוטשער, און אויך אויפן הנולד כבר
און אזוי וועט מען נישט דורכפאלן, און מ'עט באקומען שכר
אויב אזוי טהו איך זיך איבערצייגן
אז איך קען אפאר ווערטער אויפן חשבון פון די משנה צולייגן

ס'קומט ר"ה יו"כ די ימי הרחמים והסליחות
אין ביהמ"ד מ'דאווענט די תפלות שעות אריכות
א מענטש קען אבער טראכטן, וואס איז מיט מיר דער יחוס
סוף כל סוף בין איך דאך דא אויף דעם עולם אויף א שליחות
כ'בין שוין צוואנציג-דרייסיג יאר, צו האביך נישט געפעילט?
צו האביך נישט פון מיין שליחות ארויסגעבעילט?

אויב אזוי קען מען חלילה טראכטן א נארישע שאלה
וועלן דען מיינע תפלות עפעס אויפטוען כלפי מעלה
וואס האב איך פון דאווענען שעות בבת אחת
וועט דאס העלפן איז אין מיין שטוב זאל אנפאנגן צו פליסן פרנסה מיט נחת

קומט אבער די משנה אונז דאס ארויסהייבן
אויב מ'קען זאגן: "הרואה" איז א לשון פון גלייבן
די משנה זאגט אונז, מענטשעלע ווער נישט פארלוירן
"גלייב" אז מיט דיינע תפלות עפענסטו טויערן
און פיל מיט השפעות ווערן דורך דיינע תפלות ממש "געבוירן"

זיי אין זיך די ווערטער קולט:
"איזה חכם הרואה את הנולד"
ווילסט וויסן ווער ס'איז א חכם
דער וואס זעעט און גלייבט אז זיינע תפלות גייען גראד ארויף צום מלך מלכי המלכים
דער וואס גלייבט נישט אז זיינע תפילות זענען וואונדערבאר
דער איז גאר קיין חכם, דער איז א גרויסער נער

דערפאר האב איך פאר מיר א פלאן
אין וואסערע מצב כ'זאל נאר נישט זיין
אין לנו עסק בנסתרות
מיר וועלן שטערקער פרובירן צו זיין ערליכע אידן אן קיין פשרות
אבער הנסתרות לשם אלוקינו, פון צווישן די שפאלטן
נאר דו באשעפער ווייסט וואסיז אין אונזער הארץ באהאלטן
ווען איך דאווען, דאווענט כביכול מיט, כ'האב אויף דעם פראוו
ווייל אזוי האט אונז פארציילט דער הייליגער ראפשיצער רב

ע"כ מיינע טייערע ברודער, לאמיר טוהן די ריכטיגע פעולה
לאמיר גלייבן אז אונזערע תפלות וואס מיר גייען דאווענען מילה במילה
גייען גראד ארויף גיין צום רבונא דעלמא כולא
און די תפילות פון א יעדן איינציגן פון אונז, דאס איז ס'בעסטע סגולה
און א יעדער פון אונז גייט אהיים גיין מיט הויפענעס השפעות פילע

מיט בני, געזונטע קינדער וואס וועלן ווייטער גיין על דרך הסלולה

חיי, א זיסע געזונט לעבן, נישט דארפן אנקומען צו קיין דאקטורים חלילה

ומזוני, מ'עט קענען קויפן הייזער מיט "קעש", אן דארפן ארויסנעמען א מארגעטזש אפילו

און בעיקר, מען וועט זיך זיכער אויסבעטן א שנת ישועה וגאולה
ברודערליך: ס'ווארט אויף אונז אוצרות, אוי עט מען זיך פרייען ברנה יגילו


א כתיבה וחתימה טובה, פאר אלע מיטגליגער פון "קאוועניו"
און פאר גאנץ כלל ישראל

קווארטין

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר