גראמען

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1558 מאל

גראמען

שליחה דורך שמואל הלוי »

איך בין יעצט אין די גיסטע
גראמען צו שרייבן
די חוש אביסל אויסרייבן
איך האף אז איך האב רשות פון באריסטא

ווי אויך רשות וויל איך בעטן פון דזשאווע
און פון די צוויי גבאים
די ממונים און אחראים
און מר אדמין ראש הנהלת הקאווע

אצינדער אז הרשות נתונה לנו
כאטשיג לא שמענו ולא ראינו
אבער אזוי טוה איך גלייבן
וועל מיר טאקע שוין אנהייבן

שוין אדורך עטליכע וואכן
זינט איך בין אהערגעקראכן
מתחילה האב איך זיך דערשראקן
איך האב תיכף געוואלט ארויסוואקן

די תגובות זענען נישט געווען אינגאנצן אזוי איי איי
עס האט מיר געטוהן זייער וויי
חסידישע אינגעלייט האבן געשריבן פראסט און געמיין
ניבול פה ושאר דברים אסורים אזוי אומריין

דערווייל האט זיך אנדערש געטוהן ארויסשטעלן
היינט צוטאגס איז ממש א נחת איך טוה קוועלן
עס האט זיך גענצליך געטוישט די אטמאספערע
מען שרייבט נאר ערליכע זאכן נישט קיין ניבול פה ולשון הרע

בלייבט נאר איבער צו וואונטשן א ברכה
'קאווע שטיבל' זאל מצליח זיין אלף פעמים ככה
מעלה מעלה וואקסן און שטייגן און בליען
און די שכינה זאל דא רוען

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר