פאעמע/ דאס בלעטל מיין שפיגעל

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 439 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 721 מאל

פאעמע/ דאס בלעטל מיין שפיגעל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

אמאל בינעך געוועהן אויפ׳ן בוים
היינט אפגעפליקט
דאן געלעבט, היינט קוים קוים
אט ווער איך דערשטיקט

אמאל געמאכט א שאטן
היינט בינעך א טעפיך
עס איז מיר נישט געראטן
איך בין צוטרעטן פון פילע שוך

אמאל געזינגן און געשפרינגן
אינאיינעם מיט מיינע פריינט
היינט, פארשניטן מיין לעבן די יונגן
ווי קען איך פארטוישן דעם נעכטן אויף היינט

גליקליך געמאכט גערודער
דארט אויבן אויפ׳ן צווייג
צוזאמען מיט מיינע ברודער
היינט מאך איך א שווייג

דער ווינט האט מיר אזוי ווארעם גע׳גלעט
אז ירננו עצי היער
איך האב געהאט א היים, א בעט
היינט בינעך ווי א היימלאזע נער

איך האב געלאזט דעם ווינט מיר כאפן
זיך נישט שטארק אנגעכאפט אין מיין שטאם
ער האט מיר שיין גענומען ביים באקן
און דערנאך מיר פארלאזט איינזאם

פארוואגלט, אין גלות אן קיין וועג צוריק
שטיי איך על אם הדרך
קיינער גיבט נישט אויף מיר קיין בליק
איגנארירט, איזאלירט וועם שטער-איך

איך דין שוין פאר קיינעם נישט אלס בלעטל
איך בין ליבערשט א שטיקל שמוץ
איך מעג זיצן אינמיטן שטעטל
פארט, פאר קיינעם קום איך נישט צוניץ

איך שריי, מיט א דערשטיקטע קול
קיינער קערט נישט קיין אויער
פארוואס זיך אפשטעלן איינער זאל
און באמערקן מיין איינזאמע טרויער

איך פרוביר צו טון א באוועגונג
איך קען אבער נישט רירן קיין אבר
מיין גאנצע וועזן איז א פארלעמונג
אט דא, האב איך געטראפן מיין קבר

מיין בוים וועט נאך פילע בלעטער געבוירן
נייע וועלן אויף מיין פלאץ אויסשפראצן
איך, בין אבער אויף אייביג פארלוירן
אין פוסטער אייביגקייט בלויז גלאצן

איך בין געלאפן צו מיין גליק
אזוי האב איך געקלערט
דערווייל האבעך געכאפט א רוק
און מיין טויט אליין זיך דערקלערט

איך באזינג מיין אייגענעם שיקזאל
איך זאג מיין אייגענעם הספד אליין
איך נוץ נאר דעם בלעטל אלס משל
אלס גרינגער צו באוויינען יענעם׳ס געביין

מיין מציבה ווערטער טוה איך אויך איצט קריצן
איך דארף קיינעם׳ס ליגענט געשריבן
מיין טראגעדיע קען איינעם אפשר נוצן
וועט כאטש עפעס זיין פון מיר פארבליבן

אויך מיין געדאנק שטעלט זיך שוין איצט
איך שטעל אוועק מיין פעדער דעריבער
איך זעה שוין אפילו מיין שבעה, וואס קיינער זיצט
איך בין פארגאנגען, פארגעסן, און אריבער!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לעמאן דזשוס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר