פאעזיע פון קטלא קניא

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל

פאעזיע פון קטלא קניא

שליחה דורך לאדיך אפ »

דער בארימטער סעמי-חרדישער שריפט שטעלער הרוצה בעילום שמו, המכונה באתר די ביה יחדון רוחין ונפשין בכינוי דאינו משתמע לתרי אנפין, "קטלא קניא" באגמא, האט לכבוד דעם איצטיגן יום טוב ארויסגעגבן א פרישן פאעזיע אין אונזער היימישען *יידישען* שפראך. די אייציגסטע פראבלעם איז נאר... אז קיינער איז נישט מצליח צו פארשטיין וואס מורה מורינו ר' קטלא וויל. יא, סאיז טאקע ברייט באקאנט אז קטלא איז תמיד בגילופין, ווי ער אליינס איז מעיד אינעם קעפל פונעם בלאָג זיינעם, אבער דאך... רעדן טערקיש איז קיינמאל נישט געווען זיין שטייגער. האב איך געטראכט צו מיר, קיין קאָפי רייט האט דאך נישט ק"ק, איז פארווס זאל איך עס נישט אויפהענגען דא אין שטיבל אזוי אויפן וואנט, אז יעדער וואס קומט אריין כאפן א גלעזעלע כשר לפסח קאווע זאל עס קענען זען, און פרובירן אויסצופיגערען די רעטעניש, ס'זאל זיין פתח דבריו יאיר מבין פתאים.

והנה, און אט איז זי ככתבה וכלשונה בלי שום שינוי כלל ועיקר (אז איר ווילט דוקא יא זען אין אריגענעל, דרוקטדזשע דא):

כּאן הבן שואל

קוקטס
איך בין דער טאַטע
ביים אויבן אָן
עירום ועריה אין תכריכין
דער חכם, דער רשע, דער תם, דער ש'לשאול
דאָס בין איך
וואָס גייט עטס מיר נאָך
וואָס האָבן מיר געהאַט
וואָס מיר האָבן פאַרלוירן
זוכן ברעקלעך
און געפונען גאָרנישט
מיט אַ נאַרישע ליכט
ס'יז פּוסט ס'יז ליידיק
צאַמגעקוועטשט אַרום אַ לערער פּיצה שאַכטל
שוין נישט דאָ חמץ
אָבער גיי געפון יאָשקעס טשוואָק
און הענג זיך דערמיט
ביים לעצטן וועטשערע
וווּ אַלע דאַרפן זיצן אויבן אָן
קוקט מיר אָן
קדש
ווען דער טאַטע קומט אַהיים
איך קום נישט
איך האָב ביי כּל חמירא
מבטל געווען דער אפיקומן
הונגעריקע קומט, פרעסט
מיין פּלאַץ איז ליידיק
אויפן אָנגעבלאָזענער קושן
ס'יז הפקר ווי דער וועלט
דער מצה טאַש האָט נישט קיין קרייצער
די כּוסות האָבן דערטראָנקן דער טייג
און זי האַלט נישט ביים יערן
אָבער גיי זוך
דאָס וואָס איז נישט דאָ
נעם דער פעדער
פלי אַוועק
דאָ איז עס נישט
ווער פאַרברענט
ווער פריי, בלייב פרום
טונק, שפּאַלט, זאָג
צו גאל ישראל וועסט דו נישט אָנקומען

עד כאן לשונו, ועד כאן אומרים בחול המועד פסח והמדקדקין חוזרים ב"פ קו"ח.
איך וועל אויך זיך ערלויבן מעתיק צו זיין אפאר פון די אזוי גערופענע "הערות והארות" אויפן דיזען בלאג פאוסט:

אנונימי אמר/ה...
איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט אבער אפשר איז דאס גופא די כוונה.......

אנונימי אמר/ה...
Katle,have you lost it? for this we had to wait for over two months?
are you ok? if not we will say some tehilim for you,please let us know what's up with you

אנונימי אמר/ה...
This scribble has a beginning, a muddle, and an end

יואל גאלד אמר/ה...
איך פארשטיי נישט קיין ווארט. אבער קטלא איך שטעל דיך אויפן חזקה אז דו האסט טיפע כוונות, אפשר די זעלבע כוונות וואס אונזערע רבי'ס האבן געטראפן אין די טעותים אין די הגדה וועלכע זיי האבן אונטערגעהערט ביי די אמעראצים פסח אויפדערנאכט.

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר