פאעזיע: איכה

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
נח געציל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 3:30 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

פאעזיע: איכה

שליחה דורך נח געציל »

איכה, וויאזוי
כלל ישראל צו שפאט ביי יעדן גוי

היא ישבה בגוים, שוין צוויי טויזנט יאר אין גלות
לא מצאה מנוח, כסדר פרישע צרות

חטא חטאה, דערפאר האסטו אונז פארטריבן
נחפשה דרכינו ונחקורה, איז אונזער תפקיד געבליבן

אבער ראה ה׳ והביטה, ווי מיר שטייען איין
מיר כאפן נישט דעם מעסעדזש טראץ אלע פיין

על אלה אני בוכי-ה, די הארץ עס קלעמט
אויף די בני שוממים וואס זענען אין די פרעמד

בתולותי ובחורי פארווארפן ביים גוי
ווייל אין כהני וזקני פארלוירן צוטרוי

שכבו לארץ חוצות אן א ישיבה פאר זיי
צעק לבם און מען האט איגנארירט זייער געשריי

בתולתי ובחורי נפלו בחרב, ביי אנשים רשעים
ויגדל עון בת עמי מחטאת סדום, מיט מעשים רעים

אבער בת עמי לאכזר, אן קיין געפיל
שופכים בקרבה דם צדיקים, זייער בלוט א קינדער שפיל

למה לנצח תשכחינו, טאטע לייז אונז אויס
אונזער איינציגער וועג פון דעם גלות בתוך גלות ארויס

שובה אלי, דו ווארטסט מיר זאלן קומען
אבער בויען אדמורי״ם זענען מיר פארנומען

השיבנו ה׳ אליך, די וואס זענען גרייט
חדש ימינו כקדם, ס׳איז שוין די העכסטע צייט
רעאגיר