די טיפע געפילן פון ירמיה

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
חנינא קרא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 16, 2013 1:11 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

די טיפע געפילן פון ירמיה

שליחה דורך חנינא קרא »

א גוטן טייערע ברידער, איך דריי זיך ארום א שטיק צייט דא שוין, כ'האב גרויס הנאה פון די ידיעות וואס מ'טרעפט דא, פון די געלונגנע בעלי כשרון וואס געפינען זיך דא. איך ווייס נישט וויפיל כ'קען צולייגן, אבער כ'וועל פרובירן אביסל מיטטיילן מיט יעדן וואס כ'האב שוין קונה געווען, והיה אם תמצא חן בעיניכם והיה זה שכרי, כ'האף אז מ'וועט מיר קענען אויסבעסערן און צולייגן דארט ווי ס'פעלט אויס, ס'זאל זיין א זה נהנה וזה נהנה.

כ'ווייל אנהייבן דיסקאסן אביסל די פסוקים אין תנ"ך. איך פערענליך שפיר א געוואלדיגע קשר מיט אונזערע הייליגע כתבים, און כ'פיל אז די אלגעמיינע עולם האט עס נישט ארויס. אפילו די וואס לערנען נך לערנען עס נאך לשם ידיעה בעלמא, נישט זיך צו מקשר זיין מיט די פסוקים פון אונזערע נבואים. פארדעם לייג איך עס דוקא דא אין קונסט אפטיילונג, ווייל כ'וויל מ'זאל אנהייבן אפרישיעיטן די art וואס ליגט אין נביא.

מענינא דיומא וועל איך איבערשמועסן אביסל מיינע מחשבות ביים לערנען ירמיה היינט נאכ'ן קינות. און צולייגן א הקדמה וואס כ'האב אפגעשריבן ביי מיר א צייט צוריק בהוספת נופך. ואקוה שימצא חן בעיני אדוניי.

די נבואות פון ישעיה – ירמיה – יחזקאל, זענען געזאגט געווארן אין די תקופה פון סוף בית ראשון – חורבן בית המקדש – בנין בית המקדש השני. איך וואלט איינגעטיילט די דריי ספרים אין דריי חלקים, און איך וועל זיי אנרופן מיט ענגלישע נעמען – ירמיהו איז despair ישעיהו איז hope יחזקאל איז majesty. לאמיר ערקלערן - ירמיהו האט מיטגעהאלטן דעם חורבן בית המקדש, ער האט געלעבט לאנגע יארן פאר ס'איז פארברענט געווארן, ער האט שטענדיג געשריגן אז בבל, די נייע שליטה אין מיטל מזרח, וועט קומען אייננעמען דאס לאנד, אבער קיינער האט אים נישט אויסגעהערט. מען האט אים גע'רודפ'ט, געפייניגט, חוזק געמאכט פון אים, ביז צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז ליידער געוועזן גערעכט.

ישעיהו, פון די אנדערע זייט, איז גאר א לאנגער ספר, וואס דער מערקבארסטער חלק דערפון איז געשריבן געווארן שוין נאכ'ן בנין בית שני אדער סוף פון גלות בבל - ישעיה איז געוועזן זייער א טאלאנטפולער שרייבער, און אנדערש ווי ירמיה, זענען זיינע פסוקים פול מיט חיזוק און האפענונג - ממש עס בלאזט אריין א פרישער גייסט ביי דעם וואס ליינט עס דערפאר רוף איך עס hope. יחזקאל איז שוין נישט אזוי פול מיט געפילן, און איז מיר פארנומען מיט די גרויסקייט פון באשעפער, מיט זיין מעכטיגקייט, און מען ווערט נישט אזוי בארירט פון עס ליינען. דערפאר רוף איך עס majesty.
אודאי קען מען טרעפן אלע דריי באשטאנדטיילן ביי יעדן איינעם, פסוקי נחמה אין ירמיה, פסוקי אבילות אין ישעיה, וכדו'. איך וויל נאר ארויסברענגען די דריי מעין געפילן וואס איך טרעף אין די דריי נביאים, און עס איינטיילן לויט דעם. יעצט לאמיר אנהייבן מיט ירמיה. ערשטנס א קורצע ביאגראפיע:

ירמיהו בן חלקיהו איז געוועזן א כהן וואס האט געוואוינט אין א שטעטל מיט'ן נאמען ענתות. ער האט אנגעהויבן זאגן נביאות אין די צייטן פון יאשיהו המלך, וועלכע האט איינגעפירט א נייע רעפארמאציע אין לאנד און צוריק מחדש געוועזן די איינציגקייט פון דעם בית המקדש אין ירושלים. ווען פרעה נכה האט געוואלט אדורכגיין ארץ ישראל, האט אים יאשיהו נישט געלאזט, און פרעה איז אריינגעקומען און האט אים דער'הרג'עט - זיין זון יהויקים האט איבערגענומען די מלוכה.

אין די צייטן פון יהויקים האט זיך אנגעהויבן די נבואה פון ירמיהו, וועלכע האט פאראויסגעזאגט אז בבל וועט קומען אייננעמען ארץ ישראל אויב מען טוט נישט תשובה. אזוי איז טאקע געשען, און נבוכדנצר מלך בבל איז געקומען, ער האט פארשלעפט יהויקים מיט די געלונגענע סאלדאטן און מייסטער אומנים קיין בבל, און האט געשטעלט א פאפעט קינג, צדקיהו - נאך עלף יאר האט צדקיהו געמאכט א מרידה אינעם קעניג, און נבוכדנצר איז געקומען באלאגערן דאס לאנד - איינס א האלב יאר איז דאס לאנד געוועזן באלאגערט, דער מצב איז געוועזן איום ונורא, און ירמיהו האט געשריגן מען זאל זיך אונטערגעבן פאר די בבליים-כשדיים, אבער מ'האט נישט געפאלגט- ביז ענדליך האט דער מלך בבל באוויזן זיך צו אריינבאקומען אין ירושלים, און האט אויסגעשאכטן אנשים נשים וטף, פארברענט דעם בית המקדש און גענומען די איבריגע אידן אין גלות-

ירמיהו האט ער געלאזט אין לאנד, מסתם ווייל ער האט געהערט אז ער האט געשטופט מען זאל זיך אונטערגעבן - און ער האט געוואלט ס'זאל זיין א ישוב אין ארץ ישראל אין שפיץ פון דעם נייעם אויפזעער גדליה בן אחיקם - אבער ישמעאל בן נתניה האט געמאכט א פוטש און גע'הרג'עט גדליה'ן מיט זיינע נאנטע מענטשן, און אין ארץ ישראל איז געווארן טאטאל כאאס - אלע איבערגעבליבענע אידן האבן געוואנדערט קיין מצרים, און ירמיהו איז געגאנגען מיט זיי, וואו ער האט ווייטער געזאגט מוסר און מוכיח געוועזן - ירמיהו איז לכאורה געשטארבן אדער גע'הרג'עט געווארן אין מצרים און איז דארט באערדיגט געווארן.

יעצט לאמיר א קוק טאן אויף ירמיה'ס פערסאנאליטי - ירמיה האט געהאט זייער טיפע געפילן, זייער א סענסטיווער איז ער געוועזן. ער האט יעדע זאך גענומען צום הארץ, און עס האט אים אויפגעשאקעלט עד דכדוכה של נפש - צו דעם איז ער געוועזן א קשה עורף, זיך נישט געשראקן פון קיין מתנגדים. אפילו ווער ער איז געוועזן איינער אלין האט ער ווייטער איבערגעגעבן זיין מעסעדזש פון באשעפער. דאס מיינט נישט אז עס האט אים נישט שטארק בארירט די רדיפות, ער פלעגט זיך אויסוויינען, ממש רייסן די האר פון קאפ אויף די יסורים וואס ער גייט דארך - All in all איז ער געוועזן א פארפייניגטער מענטש וואס כפי הנראה האט ער נישט געהאט קיין גוטן טאג אין זיין גאנץ לעבן.

ירמיהו הנביא האט נישט מורא צו expose'ן זיינע געפילן, זיינע הארץ רייסנדע מיטמאכענישן - מ'קען זאגן אז ער איז דער מערסטע revealing prophet (no pun intended) וואס איז פארהאן - ער טוט זיך אויס נאקעט, דערציילט פאר יעדן זיינע נסיונות, ווי אזוי ער שטארקט זיך. אין ירמיה קען מען באקומען א געהעריגע טור איבער די הארץ און לעבן פון א נביא. כאטש איך מוז מודה זיין אז דער רייזע איז אפטמאל נישט אזוי אנגענעם, איז עס דאך מורא'דיג אינטערעסאנט.


לאמיר זען די פאעטישע ווערטער פון ירמיה, ווי אזוי ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע אלס נביא:

ד וַיְהִי דְבַר-יְהוָה, אֵלַי לֵאמֹר. ה בְּטֶרֶם אצורך (אֶצָּרְךָ) בַבֶּטֶן יְדַעְתִּיךָ, וּבְטֶרֶם תֵּצֵא מֵרֶחֶם הִקְדַּשְׁתִּיךָ: נָבִיא לַגּוֹיִם, נְתַתִּיךָ. ו וָאֹמַר, אֲהָהּ אֲדֹנָי יְהוִה, הִנֵּה לֹא-יָדַעְתִּי, דַּבֵּר: כִּי-נַעַר, אָנֹכִי. {ס} ז וַיֹּאמֶר יְהוָה אֵלַי, אַל-תֹּאמַר נַעַר אָנֹכִי: כִּי עַל-כָּל-אֲשֶׁר אֶשְׁלָחֲךָ, תֵּלֵךְ, וְאֵת כָּל-אֲשֶׁר אֲצַוְּךָ, תְּדַבֵּר. ח אַל-תִּירָא, מִפְּנֵיהֶם: כִּי-אִתְּךָ אֲנִי לְהַצִּלֶךָ, נְאֻם-יְהוָה.

אין די צווייטע פסוק זעט מען די פאעטישע ווערטער: "נאך איידער דיין באשאף אין דיין מוטער'ס בויך האב איך פון דיר געוואוסט, און נאך איידער די ביסט געבוירן האב איך דיר געהייליגט, איך האב דיר באשטימט אלס נביא פאר די פעלקער." פון דא זעען מיר די געוואלדיגע אחריות וואס ירמיה האט געשפירט צו זיין נביא אלס א הייליגע אויפגאבע צו וואס ער איז געווארן באשטימט נאך איידער זיין געבורט. מערקט די הערליכע אופן ווי אזוי ירמיה דרוקט זיך דאס אויס.

ירמיה וויל נישט גיין. דאס זעט מען אפט אין די נביאים, אז זיי האבן אין אנהויב נישט געוואלט טון זייער שליחות, אבער דא זעט מען נאך א פוינט. "אל תירא מפניהם כי אתך אני להצלך". גאט זאגט פאר ירמיה אז ער זאל נישט מורא האבן פון זיי - דא זעט מען גלייך זיין vulnerability, זיין אנגסט און פחד זיך ארויסצושטעלן קעגן די מאסן.


אין דעם צווייטן קאפיטל הייבט זיך אן די תוכחה, ירמיה שוינט נישט קיין ווערטער - לאמיר נעמען א שטיקל און באטראכטן, זען וואספארא קונסט ס'ליגט דערין:

מִנְעִי רַגְלֵךְ מִיָּחֵף, וּגְרוֹנֵךְ מִצִּמְאָה; וַתֹּאמְרִי נוֹאָשׁ--לוֹא, כִּי-אָהַבְתִּי זָרִים וְאַחֲרֵיהֶם אֵלֵךְ.

ירמיה בעט זיך ביי כלל ישראל: טו תשובה, וועסטו נישט דארפן גיין אין גלות מיט בארוועסע פיס, בשעת דיין מויל איז אויסגעטרוקנט פון דארשט. אבער כלל ישראל איז שוין אזוי פארזונקען אין זייערע תאוות - מ'הערט אפילו נישט די לאגישע טענות. אהבתי זרים (פרעמדע אפגעטער) ואחריהם אלך. ווי א דראג עדיקט.

כְּבֹשֶׁת גַּנָּב כִּי יִמָּצֵא, כֵּן הֹבִישׁוּ בֵּית יִשְׂרָאֵל; הֵמָּה מַלְכֵיהֶם שָׂרֵיהֶם, וְכֹהֲנֵיהֶם וּנְבִיאֵיהֶם.

ירמיה האלט אין איין ארויסברענגען אין דעם גאנצן ספר ווי אלע, אלע ממש, זענען דורכגעפוילט, די חשוב'סטע מענטשן, די פירער פון לאנד זענען פיל מיט שמוץ. אפילו די כהנים און נביאים זענען בעלי עבירה (דערמאנט אייך פון קאווע שטיבל...?)

אֹמְרִים לָעֵץ אָבִי אַתָּה, וְלָאֶבֶן אַתְּ יְלִדְתָּנוּ, כִּי-פָנוּ אֵלַי עֹרֶף, וְלֹא פָנִים; וּבְעֵת רָעָתָם יֹאמְרוּ, קוּמָה וְהוֹשִׁיעֵנוּ. כח וְאַיֵּה אֱלֹהֶיךָ, אֲשֶׁר עָשִׂיתָ לָּךְ--יָקוּמוּ, אִם-יוֹשִׁיעוּךָ בְּעֵת רָעָתֶךָ: כִּי מִסְפַּר עָרֶיךָ, הָיוּ אֱלֹהֶיךָ יְהוּדָה.

אין די פסוקים ליגט אזא טיפע געדאנק. ער ברענגט ארויס דעם ביבער'ס געוויין פון די אידן. מען גייט צו העלצער און שטיינער, און מען ביקט זיך צו זיי "דו ביסט מיין טאטע! דו האסט מיר באשאפן!" שפעטער ווען ס'קומט די צרות לויפט מען צום באשעפער (ווייל טיף אין הארץ ווייסן זיי דאך אז גאט קען באמת העלפן און די אפגעטער קענען נישט, נאר זיי קענען זיך נישט איינהאלטן) און מען בעט "קומה והושיענו!"

זאגט ירמיה סארקאסטיש, לאמיר זען, ווי זענען דיינע געטער וואס דו האסט געמאכט? זאלן זיי דיר העלפן?! ווייל אזוי גרויס ווי דער צאל פון דיינע שטעטלעך, אזויפיל אפגעטער האסטו! דהיינו, יעדעס שטעטל האט אן אנדער אפגאט, זאל יעדער מתפלל זיין צו זיי. די ווייסט אז זיי קענען נישט העלפן, הא? איז וואס ביסטו געלאפן צו זיי in the first place?

ירמיה קען נישט פארשטיין ווי אזוי אידן קענען אפלאזן דעם מקור החיים, דעם הייליגן באשעפער, און גיין צו נארישע אפגעטער וואס קענען נישט העלפן. אויף דעם ארויף זאגט ער דעם באקאנטן פסוק:
הַהֵימִיר גּוֹי אֱלֹהִים, וְהֵמָּה לֹא אֱלֹהִים; וְעַמִּי הֵמִיר כְּבוֹדוֹ, בְּלוֹא יוֹעִיל. יב שֹׁמּוּ שָׁמַיִם, עַל-זֹאת; וְשַׂעֲרוּ חָרְבוּ מְאֹד, נְאֻם-יְהוָה. יג כִּי-שְׁתַּיִם רָעוֹת, עָשָׂה עַמִּי: אֹתִי עָזְבוּ מְקוֹר מַיִם חַיִּים, לַחְצֹב לָהֶם בֹּארוֹת--בֹּארֹת נִשְׁבָּרִים, אֲשֶׁר לֹא-יָכִלוּ הַמָּיִם.

אים וואונדערט ווי אזוי קיינער טוישט נישט אויף זייער גאט פאר קיין געלט, בו בזמן וואס זייערע געטער קענען גארנישט טון. אבער אונז אידן, נישט בלויז וואס מיר לאזן איבער דעם באשעפער, מען גייט זיך זוכן געטער וואס קענען אפילו נישט compete'ן מיט אונזער גאט! ווי אזוי קען מען שעפן וואסער פון גרובער וואס זענען פול מיט לעכער?! גאט זאגט, "מיין פאלק האט פארקויפט מיין כבוד, פאר גארנישט פון פאר נישט. ניטאמאל האבן זיי באקומען עפעס פאר'ן פארקויפן!"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חנינא קרא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 48 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר