א בריװ צו מײנע קינדער

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל
קאנטאקט:

א בריװ צו מײנע קינדער

שליחה דורך שלום בערגער »

טײערע קינדער,

מיר האָבן שױן, מיט מזל, מקיים געװען פרייה ורבײה, זײט איר, קײן עין־הרע, אונדזער פולער סעט קינדער. מזל־טוב!

דאָס לעבן װעט נישט װערן װײניקער קאָמפליצירט װאָס װײַטער און װאָס עלטער איר װערט. לױנט זיך אפשר, אין די עטלעכע װאָכן פאר י“ט, זיך אָפרוען א ביסל און איבערגעבן מײנע זאָרגן פאר אײער מאָרגן.

איך בין א ליבעראלער ייִד, דאָס הײסט אײנער װאָס גלײבט, אז מיר זײנען נישט פארחתמעט בצמיד פתיל קעגן דער דרױסנדיקער װעלט - און דװקא אזא אָפנקײט, אזא אָנטײלנעמונג אין יענער װעלט איז א ברכה.

פון דעם איז געררונגען, אז טײל זאכן זײנען גרינגער װי בײ אנדער יידן, און טײל - שװערער.

גרינגער איז דאָס באשליסן, װאָס ס׳איז מיר נאָענט, און װאָס פרעמד. װאָס מע מעג ליב האָבן און פון װאָס זיך אָפװײטערן. איך זאָג אױף דעם: א פּשיטא - אלץ װאָס ס׳װערט באשאפן פון מענטשן איז מיר נאָענט און כדאי, מינימאל, זיך צו באקענען דערמיט. איך זאָג נישט אז אלץ איז גלײך כּדאי, דארף מען זיך באניצן מיט טעם און שכל.

שװערער איז צו דערקענען װאָס ס׳איז אײגן. אײגן איז דאָך נאָך נעענטער װי נאָענט. ס׳איז משפחה, פאמיליע, פאָלק. מע קען צונױפבױען א משפחה פון כלערלײ מענטשן. עס גײט נישט אין װעמען מע לאָזט ארײן און װעמען מע שליסט אױס... לכתחילה. עס קומט אָבער די צײט, פריער צי שפּעטער, װען מע צײכנט יאָ א ליניע ארום דער גרופע. װעמען מע זעצט אװעק אױבן אָן בײ דער חתונה. װעמען מע רופט צו ערשט װען מע הערט א שרעקלעכע בשורה.

א מאָל דארף מען יאָ אװעקשטעלן א גרענעץ, מע זאָל װיסן אױף װאָס צו ניצן דעם באגרענעצן כוח און מוח. װאָס לערנען מיט אײך, קינדער? װאָס לײענען? אױף װעלכע מצװת זיך אָפשטעלן? װעלכע תקופה פון דער געשיכטע זאָל אונדז מערסטנס פאַרנעמען?

אױף דעם האָב איך לײדער נישט קײן באשטימטן ענטפער. כ׳האָב יאָ אָבער א פאָרשלאָג. ניצט אלײן אײערע פערזענלעכקײטן, אײערע יחידימשאפט, צו געפינען װאָס ס׳איז אײך ליב און טײער אין אונדזער יידישער ירושה און װאָס סע שטױסט אײך אָפ, אָדער פון װאָס איר חלשט.

איר מעגט אױסקלײבן װאָס איר װילט, גענוג אוצרות זײנען פאראן פאר יעדן. נאָר קלײבן מוז מען.

מיט ליבשאפט
טאטע
רעאגיר