די אלול'דיגע דין תורה

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8969 מאל

די אלול'דיגע דין תורה

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

די אלול'דיגע דין תורה

מיין הארץ קלאפט מיט היץ,
מיין מח טענה'עט אז זי איז פיל מיט שמוץ,
מיין הארץ שרייט מח ביסט ענדליך דא,
ווי ביסטו געווען ביז די עלעפטע שעה,
מיין מח בלייבט נישט שטיל,
זאגסט מיר אלעמאל מ'וועט רעדן אלול,
מיין הארץ לייקענט ווי א שטיין,
איך זאג דיר קיינמאל נישט ניין,
די פראבלעם איז מח'ל ביסט קיינמאל נישטא,
לאזט מיר איבער אליין אין די זו,
ביסט ביזי מיט עשה טוב צו יעדע צייט,
לאזט מיר אליין פייטן די פייט,
זענען זיי ביידע געגאנגען אויף א דין תורה,
צום מלך מלכי די הייליגע בורא,
די הארץ האט געשריגן מיט געפיהלן און פייער,
די מח האט זיך אבער געהאלטן רואיג זייער,
די פסק איז ארויס מפי הגבורה,
צו מאכן שלום בין חומר לצורה,
זיי זאלן ארומטוישן די רוח פונעם צווייטן,
די פייער מיט'ן ניחותא זיך בייטן,
אן עשה זאל מען טוען מיט א געפיהל,
און ביי א לא, זיך האלטן קאלט און שטיל,
זענען זיי ארויס מיט א פרייליכען מוט,
די מח טאנצענדיג אין דער מיט,
די הארץ האט אנגעפרעגט אויב טאנצן מעג מען דא,
האט מען געזאגט ווי לאנג ס'איז נישט הא רע,
ווי ברודער וילכו שניהם,
כאפן די האן ביי די כנפים,
לאמיר זיך ביידע אויסוואשן פון יעד'ן פלעק,
אונזער אלטע מחלוקה זאל שוין נעמען אן עק.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
רעאגיר