עס וויל זיך מיר זינגן א ניגון פין אלע גלידער,
און פון טיפן הארצן:
א ניגון וואס אירע נאטן קען מען מיט קיין שטימע נישט זינגען,
און מיט קיין אויער נישט הערן.
א ניגון וואס איר ריטם איז רוישיגער ווי כוואליעס,
און שטורעמישער ווי ווינטן.
א ניגון וואס אירע טענער זענן שטערקער ווי הוריקענס,
און קרעפטיגער ווי צונאמיס.
א ניגון וואס איר געוועב ווייסט נישט פון קיין סטרוקטער,
און איז א פיינט פאר הארמאניע.
א ניגון וואס איר געפיל קען מען נישט מגדיר זיין,
און איר הרגשה נישט באשיידן .
אבער, איך שפיר,
ווי עס וויל זיך פון מיר ארויסרייסן,
ווי א מעכטיגער דינער .
עס וויל זיך פון מיר ארויסשלאגן
ווי א לעכטיגער בליץ.
אפשר גאר איז עס נישט קיין געזאנג, נאר א קלאג, אפשר איז עס נישט קיין קלאג נאר א געשריי, אדער אפשר איז עס א געזאנג א קלאג א געשריי אלעס אינאיינעם...
עס וויל זיך מיר...
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 766
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2585 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל
דער אשכול פארמאגט 3 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן