אולי ירחם (פאעזיע?)

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1416 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1682 מאל

אולי ירחם (פאעזיע?)

שליחה דורך בן תמליון »

אולי יחוס עם עני ואביון אולי ירחם

אולי יחוס
אפשר וועט ער דאך שוינען
עס זאל זיך איהם לוינען
דער עם עני ואביון פאלק פון גאט
זיי ראטעווען פון באנקראט

אולי ירחם
אפשר וועט ער דערבארעמען
זיין פאלק אנווארעמען
פאסטן וויינען און שרייען
כפרות דרייען
אתרוגים באטאפן
הושענות קלאפן

אולי ירחם
אפשר וועט ער האבן רחמנות
זיין פאלק א ליצנות
דראפען אויף גראדע ווענט
מיט ציין נעגל הענט

אולי יחוס
שוין טויזנטער יארן
זיי טוען נישט אפפארן
קלאמערן זיך צו דיר וואר
גיב זיי א זיס לעכטיק יאר

אולי יחוס עם עני ואביון אולי ירחם
רעאגיר