די ליבשאפט און דער טױט

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל
קאנטאקט:

די ליבשאפט און דער טױט

שליחה דורך שלום בערגער »

געזאָגט האָט אַ פראנצײזישער פילאָסאָף, כ'געדענק נישט װעלעכער, אז דער װאָס ס'האָט זיך קײן מאָל נישט געמאטערט מיט דער פראַגע פון טױט האָט קײן קאָפּ נישט אױף געדאנקען בכלל. כ'װײס נישט אױב דאָס איז אמת, כ'קען א סך מענטשן װאָס האָבן גאָר שארפע קעפּ נאָר די פראָבלעם פון טױט שטײט בײ זײ נישט אױבן-אָן.

אזױ צי אזױ איז ער בײ מיר יאָ תּמיד א גאסט אין מוח. דער טױט באָמבלט זיך מיר אין קאָפ טאָג אײן טאָג אױס, װען נאָר מע נעמט אונטערציִען אַ סך-הכל אונטער די װעלטישע אופטוען.

מע קען אָבער טראכטן װעגן טױט צו פיל, בפרט דערפאר, װאָס דער טױט באגעגנט יעדן נאָר אײן מאָל, און דעמאָלט איז דאָך שױן נאָך אלעמען. ביז יענער רגע מוז מען זיך באפרידיקן מיט זײטיקע קוקן אױפן טױט, גריבלענישן דערינען. דער טױט איז אין דעם פאל ענלעך דער ליבשאפט. מע קען אָן א שיער דרשענען װעגן דער דעפיניציע דערפון און װאָס ס'הײסט זײן פארליבט, אָן דעם, מע זאָל טאקע דערזען יענעם מיטישן פױגל.

קינדװײז, אײדער איך האָב זיך ריכטיק באקענט מיט מײדלעך, האָב איך טאקע געטרױמט װעגן דער ליבשאפט. און אין יענע יאָרן אױך האָב איך געטראכט װעגן טױט. װי אזױ װעל איך אים באַגעגענען װען איך בין שױן אין די יאָרן? װען זאָל איך װיסן, אז כ'האָב גענוג אופגעטאָן בײם לעבן כּדי נישט מורא צו האָבן פארן מלאך-המװת?

שױן עלטער געװאָרן, װײס איך שױן אז אױף די אָ פראגעס איז נישטאָ קײן ענטפער. די ליבשאפט איז א סובסטאנץ װאָס מע קען דערזען אומעטום, און דער טױט איז א װעזן װאָס מע זעט נאָר די גראװיטאציע דערפון נאָר מע באזוכט אהין בלױז אן אײנציק מאָל.

װען די אלע װאָס האָבן דערפילט דעם טױט אױפן אײגענעם הױט זאָלן זיך באקענען מיט די "ריכטיקע ליבהאָבערס," װאָלט אפשר געװען א ממשותדיק התגלות.

בילד

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר