אל תביט אחריך!

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1675
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6180 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6309 מאל

אל תביט אחריך!

שליחה דורך יואב »

דער ביטערער עבר,
אנטרינען.
דעם זיסן עתיד,
א שאנס צו געווינען.
די וויינענדע הווה,
מיט טייטלען פארנומען.

דער פאר'משכונ'טער עבר,
א פארגאנגענער נעכטן.
דער ניכטערער עתיד,
שטיי אויף דיינע רעכטן.
דער שיכור'ער הווה,
אליין אלץ שעכטן.

דער טינקעלער עבר,
פארלאפן.
דער ליכטיגער עתיד,
א לעבן צום האפן.
די פארנעפעלטע הווה --
צום שווארצן נעכטן אפן.

דער געצווינגענער עבר,
נישטא
דער באשטימטער עתיד,
דאס איז יעדע שעה
די פארביטערטע הווה --
שימפן על דא ועל הא.

דער טויטער עבר,
געפרוירן, פארפאקט
דער לעבעדיגער עתיד,
שטייט און ווארט
די גוסס'דיגע הווה --
גערעכט, נישט "סמארט".

דעם אויסגעלאשענעם עבר,
א שאד קוקן אויף צוריק.
דער שטראלנדער עתיד,
דיין שטרעבונג דערקוויק
די צאנקנדע הווה,
אלצדינג לייגט לריק

דער פיינפולער עבר:
מ'קען נישט צוריקדרייען
דער פארבליבענער עתיד,
נאך דא, עדיין
די גורל'דיגע הווה,
די צוקונפט טו אנזייען

דער שולדיגער עבר,
א פארלוירענע מלחמה
דער זיגרייכער עתיד,
די גרעסטע נחמה
די זאכליכע הווה,
די גרעסטע נקמה.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט