דריי נייע לידער

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל
קאנטאקט:

דריי נייע לידער

שליחה דורך שלום בערגער »

צוליב צילן

צוליב צילן
װערט דאָס בילד באלױכטן
מיט שטרענגע רעפלעקטאָרן
און די רעצענזיעס אָנגעשריבן
פון קאטעגאָרישע װינקלען.

מיט צופאַלן
פארשפעטיקן זיך די אײזנבאנען
און װיכטיקע אױפטוען
פארזאמען.

ערגעץ אין צװישן
לעבט דאָס מענטשל.
אמאָל להוט צו שפירן
אמאָל איבערצײגט
אז פארפאלן.


אָפּשאצונג

א רונד פנים באגריסט אַ הײסע נאכט.
צוליב סטרוקטור איז אלץ געװאָרן װאנט.
מחמת סדר האָב איך געגעבן אכט.
מאך מיך פאר א סיג מיט דײן האנט.

א האלבע װעלט צעפאלט זיך — איז צעשטרײט
בײ מײן פארשטאנד. איך קען נישט תופס זײן
די שטענדיקײט פון שײנקײט, די טערפקײט פון דײן װײן.
איך שטײ אין דרױסן, קוק אהין ארײן.


אטמאָספעריק

א געװיקס איז א תירוץ צו קושן די ערד.
מע לעבט נאָר פונעם אײנגעזאפטן אין יענעם.
די זונענשײן איז אן אָפגעצאָלטער חוב.
די לופט איז דײן ערשט צי דײן לעצט מאנטל?



Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/sholem ... z2poMGrAFh

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר