בלאט 1 פון 1

פאעזיע (פאעזיע)

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:11 am
דורך יאנקל
ס'ארא מין בריה
איז דאס פאעזיע
ווערטער געפלאכטן
זאל יענער טראכטן

דארף עס פארמאגן אלע טעמ'ען
זיך קוויקן אין גראמען
אדער פארלוירן
צעקלאפט
ווי מציבות ביים בארטן

דארפן זיך די ווערטער זינגען
צום טאקט פון מח
אדער זאלן זיי נאר ארויסדרונגען
צו סאטיספאקציע פון סאפיסטיקאציע

כ'קלער
ווען כ'הער
ווערטער שפיל
כחומר ביד היוצר
כ'וויל מער
ווערטער לער
אבער מיט א ציל
א גראמען אוצר

גיי פארשטיי
מיט ווערטער א כישוף
ווי פינגער וואס גליטשן
אויפ'ן אייפעד

ווערטער ווי ברואים
מיט אייגענע ביאלאגיע
קינסטליכע פראים
אויפ'ן פאפיר לויפן קונדסים

נאר אזוי איך שפיר
אז דער ארגומענט איך געווין
ווייל איך רעד נאר פאר מיר
אז איך גלייך דיסציפלין.