מען קען זיי נישט גלויבן!

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1558 מאל

מען קען זיי נישט גלויבן!

שליחה דורך שמואל הלוי »

אברהם: האסט געהערט די לעצטע נייעס וואס מען טוט שמועסן?
חיים: ניין! פון ווי זאל איך וויסן?

אברהם: מען זאגט פאר א מעכטיגע שניי בליזארד, באגלייט מיט שווערע ווינטן
אזוינס וואס איז שוין נישט געווען היפש לאנג, זייט די בליזארד אוו 96' אין די צייטן פון קלינטאן

חיים: אזוי גאר? לאמיר שוין גיין אנגרייטן די שאוולעך פאר די קינדער
זיי וועלן זיך אוודאי פרייען צו זעהן די גרויסע וואונדער

די נעקסטע טאג צופרי, אלע קינדער שטייען שוין ביים פענסטער גרייט
מען קוקט ארויס צו זעהן אויב ס'שנייט

מען שטייט און מען ווארט נאך אפשר יעצט בכליון עינים
משיח וועט אוודאי אנקומען פריער אונז אויסלייזן קיין ירושלים



גרונם: וואס דערציילסטו עפעס גוטס מיין טייערער פריינט
ירוחם: מה נאמר ומה נדבר, כאפ אריין די פרישע לופט היינט

גרונם: וואס מיינסטו דערמיט צו זאגן?
ירוחם: פשוט און גראד, מען ערווארט אז גרויסע היצן וועלן די אומגעגענט פלאגן

גרונם: שוין צייט טאקע צו קויפן א פיינעם עיר קאנדישאן
עס זאל פיין אפקילן, און נישט דארפן יעדע פאר מינוט די שווייס אפווישן

די היצן זענען אבער נישט אנגעקומען ווי געפלאנט
עס איז געווארן קיל איבערן גאנצן לאנד

אזש מען האט געדארפט אינמיטן זומער גיין מיט א סוועטער
צוליב די קאלטע וועטער




זוסיא: נעם אריין אלעס פון דרויסן, ווייל מ'זאגט פאר שווערע רעגענעס אויף מארגן!
יוזפא: יא! יא! מען וועט אלעס אריינעמען, יישר כח פארן מיר אינזין האבן און זיך פאר מיינעטוועגן זארגן

מען שטייט אויף צופרי אלעס איז טרוקן ווי פעפער
יא! יעדער איז מודה אז די וועלט פירט נאר דער באשעפער

די נביאי שקר, קען מען קיינמאל נישט טראסטן
אלע זייערע רייד זענען מלא הבלים, און טוען ווי א זייפן בלאז באסטן

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר