שניי

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8969 מאל

שניי

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

שניי זי איז ווייס,
שניי זי איז נאס,
שניי רואיגט דעת,
שניי ברענגט כעס.

שניי קינדער בענקן,
שניי גרויסע שעלטן,
שניי דיקע פעלצן,
שניי שטארקע קעלטן.

שניי שטיוול הויעך,
שניי שוואך קיין כח,
שניי נעפל און רויעך,
שניי פאפרוירן די מח.

שניי אראפ די אויגן,
שניי די ריקן געבויגן,
שניי ברעקלעך פון אויבן,
שניי איר גלייך אויפהויבן.

שניי זאלץ אן צוקער,
שניי פאלן אן שיכור,
שניי נאטור'ס מוטער,
שניי ווער שוין שיטער.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר