אהין

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 1006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

אהין

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

פארלוירן אין ווייטע וויסטענישן פון ריזיגן גלות. צוויי-טויזנט-יאר גרויסער צער, פארשטופט אין הארץ איינגעשרימפן פון פיין.

ארויס וויל איך. נעם דיר די פאלאצן די גרויסע. האלט זיך מיט די בנינים צום הימל פארריסענע. גיב מיר אנשטאט א קליין הייזקע, מיט ספק יסודות, בדיעבד געבויט, אויף משופע'דיג בארג.

נעם זיך ברייטע טאטוארן. א שמאלער, שלעכט-ברוקירט שטעגל אין גליל איז מיין גן-עדן מהלך.

ווער דארף שטאלצע מעטראפאליעס? א קליין ירושלימ'על, ווילד און פאנאטיש, איז מיר חשוב'ער.

צפת און טברי', טאלן פון יהודה און בערג פון שומרון -- דאס איז מיינס. זאלן אנדערע קוועלן און הוליען אין די גאסן פון לאס אנדזשעלעס און מאנהעטן.

דאס לענדל דאס קליינטשיגס, ארעם אין אוצרות, צעשראקן און אומזיכער -- דאס וויל איך. כ'דארף נישט קיין גרויסמאכטן. לאז דעם דאלאר-גלית ווייטער לעסטערן פשטות און תמימות.

דא איז צו גרויס פאר מיין הארץ צו וואקסן, מיין נשמה צו בענקען. אוועק אהין ווילן זיי -- וואו ס'איז קליין און פשוט גענוג, פאר מיך, גארנישט שבגארנישט, צו לעבן און קוועלן.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר