בלאט 1 פון 1

ס'איז ביטער ווי א גאל! טאאאאאטעעעע!!!

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 19, 2014 11:36 pm
דורך חכם עדיף מנביא
מיין הארץ טריפט בליט, מיינע אויגן גיסן טרערן
צי טוסטו בכלל זעהן און מיין געשרייען הערן

איך זוץ מיט'ן פענע, און אויפן בלאט טו איך קוקען
אבער דאס שפראך איז צו ארעם, זיך צו קענען אויסצודריקן

ווען בלעטער וואלטן  געוויינט, אלפעבטען געטאן יאמערן
ווען דער פענע יללות, און שריפט קען ווען שטורעמען

וואלטן די ווענט און דער ערד, געכליפעט אזוי ביטער
פארווייטאגט ביז גאר, פארטרויערט און דערשיטערט

ווי מיואש, אנטוישט, דאס געזיכט מיינס א בלאסע
דערקענט זיך גארנישט כ'בין די מענטשליכע ראסע

דאס איז דער מענטש, דער נבחר הבריות?
צובראכען ווי א שארב, מיט ווייטאג און מניעות

אוי, די אויגן אזוי נאס און פארשווארצט פון וויינען
איז דען דא האפענונג, אז די זון וועט נאך אמאל אויפשיינען?

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 19, 2014 11:39 pm
דורך פליקער
ווד"פ

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:11 am
דורך שמעקעדיג
איך ווייס נישט ווי דו ציהלסט, אבער לאור צו די לעצטיגע שמועות המחרידות, גם אני מצטרף לקינתך.

ס'ארא ביטערע וועלט.

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:12 am
דורך פישלע העררינג
פליקער האט געשריבן:ווד"פ

שטארקע קשיא! גוט ארויסגעברענגט.

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:15 am
דורך חזקיהו המלך
שטארק זיך אידעלע,

נישט אייביג איז נאכט, נישט אייביג איז ווינטער, דארף מען פארשטיין
די זוהן זי וועט נאך פאר דיר אויך אויפגיין,

פארליר נישט דיין מוהט, ווייל "מוט פארלוירען אלעס פארלוירען"
האלט זיך שטארק, די שטורעם וועט נישט אייביג געדויערען,

דערווייל צי גאט טוה דיין הארץ קערען,
אין צי זיין קול טוה הערען,

ווייל ווען מען איז נאנט צי גאט איז די צער גרינגער
כדי די זאלסט זיך קענען האלטען אינגער

אין זאל דיינע טרערען פאר'ן באשעפער גיין
אין דער באשעפער זאל דיר שוין העלפען פין דיין פיין
ונאמר אמן

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:20 am
דורך שמעקעדיג
חזקיהו המלך,
די נסיונות און די הסתרת פנים שטייגט איבער פי כמה די חיזוק ווערטער.
Seeing is believing

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:27 am
דורך נולד מאוחר
פון וואס רעדסטו שמעקדיג? כבין גרייט צו העלפן

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:29 am
דורך שמעקעדיג
קענסט מחיה מתים זיין?
אדער מנחם זיין יונגע יתומים ואלמנות?
טרעפן פארלוירענע מענטשן?
פארלוירענע פליגער?

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:34 am
דורך נולד מאוחר
דאס איז דאך זייער א קליינער פראצענט. וויאזוי מאכסטו ביטער די וועלט מיט מיט אזא קליינע פראצענט?
הסתרות פנים דאס יא.
כמיין אז מער קונדער זענען וויקטימס פון מאלעסטעשן ווי יתומים. שוין ווייטער מישטו אריין מאלעסטעשאן.

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:41 am
דורך שמעקעדיג
איך האב נאר אנגעכאפט א קליינע טייל און גאר לעצטיגע.
תן לחכם ויחכם עוד. ואין לך יום שאין קללתה כו'.

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:43 am
דורך נולד מאוחר
די האלסט אז רוב מענטשען רוב פון זייער לעבען איז בצער?

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:50 am
דורך שמעקעדיג
עממ..... יא.

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:52 am
דורך שמעקעדיג
און אפילו די גוטע זאכן האט אריינגעמישט אין זיך צער און שוועריגקייטן. דוק וטישטוך.

נאר מיר דארפן דאנקען דעם באשעפער פאר אלע גוטס, און די צער זיך אליינס באשולדיגן און נישט פרעגן קיין קשיות (בערל פליז בארג מיר אויס) :evil: :? :x :oops: :o :roll: :ugeek:

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 9:41 am
דורך מ גפני
חכם עדיף מנביא האט געשריבן:מיין הארץ טריפט בליט, מיינע אויגן גיסן טרערן
צי טוסטו בכלל זעהן און מיין געשרייען הערן

איך זוץ מיט'ן פענע, און אויפן בלאט טו איך קוקען
אבער דאס שפראך איז צו ארעם, זיך צו קענען אויסצודריקן

ווען בלעטער וואלטן  געוויינט, אלפעבטען געטאן יאמערן
ווען דער פענע יללות, און שריפט קען ווען שטורעמען

וואלטן די ווענט און דער ערד, געכליפעט אזוי ביטער
פארווייטאגט ביז גאר, פארטרויערט און דערשיטערט

ווי מיואש, אנטוישט, דאס געזיכט מיינס א בלאסע
דערקענט זיך גארנישט כ'בין די מענטשליכע ראסע

דאס איז דער מענטש, דער נבחר הבריות?
צובראכען ווי א שארב, מיט ווייטאג און מניעות

אוי, די אויגן אזוי נאס און פארשווארצט פון וויינען
איז דען דא האפענונג, אז די זון וועט נאך אמאל אויפשיינען?

איז דעיס א נבואה? אדער א קינה וואס דער נביא האט פארפאסט

הודעהפורסם: פרייטאג מערץ 21, 2014 1:02 am
דורך קליגער אינגערמאן
@ברסלבער פליז קום אימערזשענסי מיט דיין חיזיק קיט.