כאין וכאפס

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
פיקציע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 464
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 111 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

כאין וכאפס

שליחה דורך פיקציע »

א רחמנות אויף אים דער אומגליקליכער נול.
פון אויבענאויף באדייטלאז.
א ליידיגער דעפניציע באגלייט אים.
וואס ליגט דען אונטער זיין ברייטן רינדענדיגער געבוי?

הויל פון אונעווייניג, פוסט פון דרויסן.
אין שפראך ווערט ער אוועקגעמאכט,
מיט אזעלכע אויסדרוקן ווי גארנישט, אפס, זילטש, נאדא, ניקס, זערא - נול!
אין קוואנטום ער האט קיין ווערד.

מען קען קיין פאר צו אים געפונען.
ווי א אויסגעבלאזענע איי.
א אויסגעקלאפטע הושענה.
נידריגער פון נידריג.

נישט אייניג מיט קיינעם.
די ווערד פון גארנישט, נאר גארנישט אליינס.

אראפגעקוקט אויף די גאנצע וועלט.
קיינער זוכט נישט זיך מיט אים צו אידענטיפיצירן.

קיינמאל פארזוכט די טעם פון א 'נומער 1'
ניטאמאל די כבוד פון זיין די צווייטע, ביי קיין געלעגענהייט.

א רינדיגער כלי מלא בושה.
דורות פון שפאס פילט אן זיין חלל.

טראץ דאס,
דער פארשעמטער נול גייט ווייטער אן,
זאפט איין אין זיך די וועלטס פארשעמונגען,
איינגעהילט אין א שלייער פון עגונה'שאפט,
ער עקזיסטירט ווייטער.

פון ווי קומט דער שטארקער גייסט,
שטופענדיג דעם עלענדן נול,
צו לעבן א לעבן מיט זיין געבוירנעם שאנד פלעק,
אן זיך אינטערברעכן אדער פאלן.

מיט א טיפערן בליק זאגט דער נול א פיל העכערס,
ער לאזט זיך נישט זעלבסטשאצן אויף זיין נומערליכן ווערד,
ער דרייט זיך שטאלץ מיט א געהויבן קאפ,
ווי עפעס מיט א אומשאצבארע תוכן.

וואס איז די קראפט פון דעם צען,
וואס מאכט אים שטיין אויף א העכערן שטאפעל ווי זיינע פארגייער,
אז די איבעריגע נומער שטייען מיט הכנעה פאר אים,
יא, די צוגאב פון בלויז א ליידיגן נול.

דער אפעקט הילכט,
עס שטייט ארויס,
ער דערהייבט יעדן צו א נייעם שטאפל,
דערגרייכענדיג צו ענדלאזע רעזולטאטן.

יא, דער נול האט רעכט,
זיין קראפט האט קיין פארגלייך.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר