שטיללעבן

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל
קאנטאקט:

שטיללעבן

שליחה דורך שלום בערגער »

שטיללעבן

בילד
דער באָדן װערט צעטרײסלט
פון אלץ װאָס ס׳איז קױם געשען.
צװישן די מױער־שאָטנס
טאנצן אײביקײטן און נישטגעװענס.
מײן גופיקער לײב האָט זיך זעליש פאררײטלט.

דער נצחון־בעכער איז פארסמט
בעת דער קעלישעק פון דורכפאל איז זיס
פאסיק באגלײט מיט א טרוקענער װײן
און א רעפטל דעקאדענטער קעז.
דער קעלנער, על־פי נס, האָט נישט פארזאמט.

און דאָס געבײ װאָס פארזאָרגט אונדז א דאך און געװעלב
איז א שטח־דיכטונג. א מענטשן־באשאף.
מיר טוליען זיך צו אנאנד מיט חשד.
די נשמה איז א טעמפע סײסמאָגראף.
אין נאפטיקן צימער -- א שװעבל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שלום בערגער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר