קאקאריקא א גערויש
טויט און לעבן א טויש
דרייען ארום און ארום
אלע זייטן אומעטום
דרכי אמורי א סברא
דאס בין איך די כפרה
אויפ'ן שטעקן דין
א דריי א ספין
גערודער און קלאפעס
המן כאפט מכות
א גראם פאר להתמגר
דאס בין איך דער גראגער
דער יווני קומט
פליעט שפרינגט
באנק און געלט
נון שטעלט
א שטעקן א ביידל
דאס בין איך דער דריידל
א פלאטער א גלעטל
א שאקל א בלעטל
צו זעקס זייטן קומען
א זמר ברומען
דין און מאגער
דער לולב דער תמר
דרייען דרייען
די עבירות פארצייען
געגאנגען, קינד און קייט
אינגאנצן צעדרייט!
צעדרייט! (פאעזיע)
דער אשכול פארמאגט 10 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן