אליין

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8364 מאל

אליין

שליחה דורך יאיר »

א מענטשעלע אליין
איינזאם געבוירן
אין דער וועלט אזוי גרויס
פארווארפן, פארלוירן

ארום פיל מענטשן
משפחה און פריינט
אין בעטל אליין
בכיות עס וויינט

טעג גייען פארביי
פאראויס אין לעבן
רילעישאנשיפס
טוען זיך וועבן

חברים, געשוויסטער
א באבע, א זיידע
אין א שווערע מינוט
איבריג זענען ביידע

א ישיבה, א סביבה
ער דרייט זיך אין וועלט
א ווייב און קינדער
א גאנצער געצעלט

ווען דער גיסטע פאלט
א שוואכער מינוט
דער מוח פארכמורעט
עס ווערט נישט גוט

עס עקזיסטירן קיין מענטשן
קיין ווארעמער בליק
אליין אין זיין טרויער
ווי אן אסופי מן השוק

קיינער פארשטייט
קיינער זעט
אין דעם הארץ
א שטומער געבעט

ער גייט אין גאס
א גוט ווארט אין מויל
לאכט און שמייכלט
און אין זעהל הויל

קלוג און בא'טעמ'ט
געלט ווי מיסט
באליבט און בא'חנ'ט
דער נפש פוסט

זיין מוח וואנדערט
נישטא קיין טרייסט
ענדלאזע געדאנקען
א צעשאסענער גייסט

דער הארץ - א פייער
פלאמט אויף, שטיקט
א הויפן גרויע אש
נישטא ווער עס קוקט

דער נפש אין געפעכט
ווי דוד און גלית
א צונאמי פארפלייצט
אומזעהבארע כוואליעס

א צופרידענער פנים
א זיכערער בליק
די נשמה צעריסן
אין יסורים עס ליגט

אין דער פרייער וועלט
אן ארעסטאנט אין צעל
אנגעפילט מיט תוכן
א ליידיגער זעהל

גארנישט וועט העלפן
א פריינט אדער א בוך
דער מענטש איז אליין
דערווייטערט פון זיך
האדם לא נברא אלא להתענג

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר