א טרער ביי אן אלטן באגרעבעניש ארט

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2321 מאל

א טרער ביי אן אלטן באגרעבעניש ארט

שליחה דורך נהורא נפישא »

וי להאי שופרא דבלע בארעא,
פרעכטיגער מענטש !!!
צוגלייך ביסטו מיט די ערד
דיין שארפן קאפ, א טרוקען גלגולת
דיינע קלוגע אויגן, צוויי גרויסע לעכער
דיין זיסע שמייכל, א פארפרוירענע גרימאסע
דיין שיין געשטעל, א הויפן ביינער
דיין צוצוענדיגע כאריזמע, בלויז א פאנטאזיע

געבליבן בלויז דיין אנדענק
פאר ווער עס וויל געדענקן
געבליבן פון דיר איז א ירושה
פאר ווער עס באגרייפט איר שאץ
דיינע הימלישע אייגנשאפטן
נישט יעדער טוט באגרייפן
די שרעקליכע אומשטענדן
נישט יעדער קען איר פארשטיין

הונגער און נויט
קעלט און פארפרוירנקייט
טרויער און איינזאמקייט
פינסטער און שווארץ
פאגראמן און שחיטות
מחלות און מגיפות
דיין אשת נעורים כוללת אהבתיך
דיך פארלאזט אינמיטן העלן טאג
געצערטעלטע קינד דיין האפענונג
פארלוירן דעם קאמפ פון זיין גורל

אט אין איר, דיין גייסט נישט פארלוירן
דיין פלאג און שלאפלאזע נעכט פארגעסן
שווימענדיג אינעם ים פון חכמה
די שיין פון ליכט אין די פינסטער
דיין איידעלע נשמה באלאכטן
דיין הימלישע נשמה באוויזן ארויפצגיין גאר הויעך
ענדערונגן, פרעכטיגע און דויערהאפטיג
פאר די מענטשהייט געטאן שאפן
אוי שטורעמישע געפילן עס באנעמען מיר יעצט
בענקשאפט און רחמנות
התפעלות און פארגעטערונג
א פייערדיגע ווילן דיין פוסטריט נאכצוגיין.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
רעאגיר