ברוכים הבאים צום ''שושנים'' פאעזיע פארמעסט

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

ברוכים הבאים צום ''שושנים'' פאעזיע פארמעסט

שליחה דורך כוכב »

מיט כבוד און עהרע טוען מיר אייך באגריסן מיט א הארציגן ברוכים הבאים צום '' שושנים'' פאעזיע פארמעסט, לכבוד חנוכה תשע"ה.

דער נאמען "שושנים" איז דערוועלט געווארן באזירט אויפ'ן נוסח פונעם פייטן: ומנותר קנקנים נעשה נס לשושנים. א שיינע לאגא וועט נאכפאלגן מעשה ידיו להתפאר פון אונזער אלעמען בארימטן גראפיסט רויטע וואנצעס.

ווי אלע ווייסן איז אויסגעוועלט געווארן א פארמעסט איבער א קאמפיין מיט אן איבערוויגנדער מערהייט. דערפאר האבן מיר יעצט דעם פארגעניגן פארצושטעלן די שטאטוטן פונעם פארמעסט:

א - עס קען געשריבן ווערן פאעזיעס איבער סיי וואס פאר א טעמע אין סיי וועלכער שפראך, און סיי וועלכע פאעזיע פארמאט, מיט גראמען אדער אן וכו'.

ב - דער פארמעסט וועט אנגיין במשך די ימי חנוכה פונעם ערשטן ליכטל. אויב וועט זיין א פארלאנג, וועט זיך דער פארמעסט אנהויבן פון כ''א כסלו וואס ווי באקאנט קומט שוין דאן אראפ די אורות פון להודות ולהלל. אום זאת חנוכה וועט פארקומען וואלן צווישן די פאעזיעס אויסצואוועלן א געווינער.

ג - עס מעג אריינגעגעבן ווערן מער ווי איין פאעזיע וכל המרבה הרי זה משובח. ווען איך שיקט אריין א פאעזיע ביטע מאכט זיכער צו געבן א קעפל פאר דער פאעזיע.

ד - צו פארזיכערן די אויסגעהאלטנקייט פון דעם פארמעסט וועלן אלע פאעזיעס ארויסגעשטעלט ווערן אנאנים אונטער דעם כוכב ניק, און הערשט נאך די וואלן וועלן זיי אריבערגעפירט ווערן אונטער דעם נאמען פונעם אריגינעלער פארפאסער אינאיינעם מיט אלע לייקס. יעדע פאעזיע וועט ערשיינען אין א באזונדערע אשכול מיט א שושנים נומער.

ה - מיר בעטן די מחברים זאלן האלטן זייערע ווערק בסוד. עס איז אבער יא ערלויבט צו שפעקולירן ווער איז דער מחבר פון איטליכער פאעזיע.

ו - אריינצושיקן א פאעזיע ביטע שיקט אן אימעיל צו shternks@gmail.com. די פאעזיעס וועלן ערשיינען לויטן סדר וואס זיי וועלן אריינקומען ראשון ראשון ואחרון אחרון. ביטע נישט ארויסשטעלן אייער פאעזיע אויף דער אייגענער האנט. די פארוואלטונג טוט זיך באדאנקען פאר די חשוב'ע מחברים וואס האבן שוין אריינגעגעבן זייערע פאעזיעס ויפה שעה אחת קודם.

ו - דער זמן האחרון אריינצושיקן א פאעזיע איז די זיבעטע טאג חנוכה.

ז - יעדע ניק האט א זכות צו שטימען. עס איז זעלבסט פארשטענדליך נישט צו סאבאטאזשירן די וואלן און די וואס האבן מערערע ניקים ווערן געבעטן בכל לשון של בקשה נאר צו שטימען מיט איין ניק. אן אויסנאם ווערט געמאכט פאר די וואס גיבן אריין פאעזיעס אונטער מער ווי איין ניק, קריגן זיי א זכות צו שטימען לויט די צאל פאעזיעס.

ח - צום שלוס וועט אי''ה ערשיינען א הערליכע קונטרס פון אלע פאעזיעס דורך אונזער אלעמען באליבטן רויטע וואנצעס.

ט - מכאן הקריאה יוצאת, יעדער איז געלאדנט אנטיילצונעמען, שאצט נישט אונטער אייער כוחות הנפש, שארצט אייך ארויף די ארבל און מיר קוקן ארויס פאר אלעמענס קאאפעראציע.

י - עס וועלן זיין צוויי געווינער, אן ערשטער געווינער און א צווייטער געווינער.

זאלן מיר ארויסברענגען אונזערע געבענטשטע טאלאנטן מכח אל הפועל,
בכבוד רב,
כוכב
בשם די שושנים פארוואלטונג

דער אשכול פארמאגט 186 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר