שושנים #14: רכבת מעצבנת

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

שושנים #14: רכבת מעצבנת

הודעהדורך הציץ ונפגע » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 11:14 am

אויפ'ן טרעין
געזען
מיט
די אויגן, ס'ציעט
עין חומד
כ'בין נישט עומד

א נסיון
קיין הגיון
הלב שליט
איבערגענומען
קאלירן טומלען
די מחשבה פרירט

וואס
איז שוין
מ'קען שוין
מיינען
יפת אלוקים
ס'קומט זיך אים

נישט תאווה
אהבה
נאר חכמה בגויים
נורא ואיום
אבער אן
תאמין

ער ליינט
ס'שיינט
כל באיה
כ'קוק אנה ואָנה
האלקים אִנה

חכמת יוונית
חיצונית
מערבית
דרומית
ס'איז נפרץ ימה
וקדמה

איך אויך
למה נגרע
שפוך
חמתך על
עצים ואבנים
א ברכה לבטלה

זאגן, שרייבן
ליינען, רעדן
איש הישר בעיניו
הרי טוב
חופש מחשבה
ודיבור והגה

אויפ'ן טרעין
איינגעזען
טוב לו
שלא
דא געבוירן
אפגעשריבן פון אויבן
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 393 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 3:47 pm

דער שרייבער פון דעם פאעם איז כנראה א חרדי'שער איד. ער פארט אויפ'ן טרעין און קוקט זיך אים אויף די מענטשן וועלכע דרייען זיך ארום זארגלאז און טוען זיך אן און פירן זיך אויף ווי אזוי ס'שמעקט זיי. כנראה איז ער אן אינטעליגענטער איד, ווייל אויף די שיינקייט און תאוות איז ער מוחל. ס'קומט זיך דאך פאר יפת. אבער אויף די "חכמה בגויים" וואס זיי קענען עררייכן אומבאגרעניצט, אן זיין געבינדן צום "תאמין", דאס ברענט אים. גאט האט דאך דאס געשאנקען פאר'ן עם חכם ונבון. ווי קומט דאס אז א פארטריקאנער גוי זאל קענען לערנען מער חכמה ווי דער איד, שרייבן און ליינען וואס ער וויל. צום סוף קומט ער צו צו דער אור אלטער מסקנא אז טוב לו שלא נברא. דער גורל פון א מענטש וואס ווערט נישט ערלויבט צו עררייכן זיינע שטרעבונגען אין חכמה בלויז צוליב דעם וואס ער איז געבוירן ביי א געוויסע משפחה, מאכט אים רעאליזירן ווי ווייניג אונזער גורל רעכנט זיך מיט אונז.
א שטארקער מעסעזש און גאר גוט ארויסגעברענגט.
די כוכבים וועל איך הייסן פאר פישעלע טיילן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יאיר אום זונטאג דעצעמבער 21, 2014 3:48 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8128 מאל

הודעהדורך בן תמליון » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 3:48 pm

דערמאנט מיר עפעס אין קאווע טרינקערס טונקעלן מארגן.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1892 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 4:01 pm

נעבעך, אבער רירענד.

חרות על הלוחות, אל תקרי חרות אלא חירות!
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2385 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 1:37 pm

יאפ. קאווע טרינקער'דיג
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5434 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 1:46 pm

רעיטינג:

גערויש פון א הארץ: 5+ כוכבים

מיינט די גראז איז דארטן גרינער: 5+ כוכבים

אויסדרוק: 4 כוכבים

פאעטיש: 5 כוכבים

אטענטיש: זעהט אויס ווי 5 כוכבים

אוועראלל: ס'זעהט אויס ווי ס'הארץ האט עס געשריבן אן אפילו ברויכן אריינטראכטן, א מין ספאנטאנישע אויסשטארץ פון א וויי-געפיהל! מען שפירט מיט זיין "פארלוסט" פון דער פאטענציאל.
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2385 מאל

הודעהדורך יואב » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 1:59 pm

פישל'ע העררינג האט געשריבן:רעיטינג:

מיינט די גראז איז דארטן גרינער: 5+ כוכבים.

האלסט נישט אפשר פינף אן דעם פלוס?
"Under capitalism, man exploits man. Under communism, it's just the opposite."

John Kenneth Galbraith
באניצער אוואטאר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1610
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5904 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 2:00 pm

יואב האט געשריבן:
פישל'ע העררינג האט געשריבן:רעיטינג:

מיינט די גראז איז דארטן גרינער: 5+ כוכבים.

האלסט נישט אפשר פינף אן דעם פלוס?

:lol:
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2385 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:55 am

באקומט a+ פאר די קאמפאזיציע. שיינע שורות.
לגבי דער געדאנק וואס עס גיט ארויס, דארף איך מעיר זיין א משהו. עס איז א פיוט פון עין חומד, נו נישט אלץ וואס גליסט זיך דארף מען נאכגעבן.. עס איז דא גוטע חמדות, ווי לעכצן נאך חכמה, וואס לכאורה רעדט דער פאעם וועגן דעם. אבער בעווה''ר אינו כן. כתר תורה וחכמה פתוחה בפני כל אחד ואחד. יעדער איינער דא קען עכ''פ ליינען ענגליש אדער לשון קודש און פתחי גוגל וויקיפדיה און דער לייברערי זענען אפען פאר יעדער איינער צו לערנען וואס זיין הארץ באגערט. איז וואס פונקט איז ער מקנא אויפ'ן טריין, נישט די חכמות, נאר עפעס א געוויסע וועלטליכע הצלחה וואס ער דמיונט אז די חברה פון טריין האבען פון דורכגיין אן אנדערע סיסטעם פון חינוך וואס העלפט זיי צו אין געוויסע זאכען וואס מען רופט הצלחה , נו דאס איז נישט קיין אפגעפרעגט זאך, אוודאי איז גוט מצליח זיין אויך בעולם הזה, אבער מיט דער קנאה צו'ם גוי אויפ'ן טריין וואסארא חכם ער איז כלומר'שט האט עס גארנישט. כאפ נאר א שמועס מיט עם און זאג מיר אויב דער דורכשניטליכער גוי האט מער א שייכות מיט חכמה ארט שרייבען און די אלע מעלות טובות וואס ער רעדט פון ווי דער דורכשניטליכער איד. מיין טרעין עקספיריענס ווייזט נישט אזוי.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3883
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1782 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6096 מאל

הודעהדורך כוכב » זונטאג יאנואר 04, 2015 12:28 am

די פאעזיע איז מעשה ידיו להתפאר פון @הציץ ונפגע
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2503
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7119 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג יאנואר 04, 2015 1:24 am

רכבת מעצבנת איז פון די שענסטע פאעמעס אין דעם פארמעסט. א שאד אז עס איז נישט צווישן די פיינעליסטן. חוץ די הערליכע גראמען, שורות צונויפשטעל און ווערטער-אויסוואל, איז דער מחבר מצליח איבערצוגעבן דעם פייערדיגן געפיל און ברענעדיגע חמדה פאר חכמה, וואס פאר א מענטש וואס האט זוכה געווען מציץ צו זיין איז דאס אויף אן ענליכן שטאפל ווי די אולטימאטיווע תאוות.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2536
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10034 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » זונטאג יאנואר 04, 2015 12:08 pm

ראובן האט געשריבן:רכבת מעצבנת איז פון די שענסטע פאעמעס אין דעם פארמעסט. א שאד אז עס איז נישט צווישן די פיינעליסטן. חוץ די הערליכע גראמען, שורות צונויפשטעל און ווערטער-אויסוואל, איז דער מחבר מצליח איבערצוגעבן דעם פייערדיגן געפיל און ברענעדיגע חמדה פאר חכמה, וואס פאר א מענטש וואס האט זוכה געווען מציץ צו זיין איז דאס אויף אן ענליכן שטאפל ווי די אולטימאטיווע תאוות.


גם אני מצטרף אל הנ"ל. ס'איז געווען ביי מיר פון די העכסטע אויף דער רשימה. ס'קומט דעם מחבר א מעדאל!
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 537
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1016 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1098 מאל

הודעהדורך יואב » זונטאג יאנואר 04, 2015 1:40 pm

גם אני הקטן מצטרף, און איך בין "שטאלץ"  צו האבן געשטימט פאר דער דאזיגער פאעמע.
"Under capitalism, man exploits man. Under communism, it's just the opposite."

John Kenneth Galbraith
באניצער אוואטאר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1610
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5904 מאל

Re: שושנים #14: רכבת מעצבנת

הודעהדורך מי אני » זונטאג אוגוסט 18, 2019 11:32 am

הציץ ונפגע האט געשריבן:אויפ'ן טרעין
איינגעזען
טוב לו
שלא
דא געבוירן
אפגעשריבן פון אויבן

מ׳קען אויף דעם צולייגן לפי וואס דער באקאנטער מהרש״א אין סוף מכות (כג ע״ב) וואס זאגט אז דאס אז נמנו וגמרו טוב לו שלא נברא יותר משנברא (עירובין יג ע״ב) איז ווייל מ׳איז מחשב די ל״ת וואס זענען מער [365] ווי די מצות עשה [248] און ממילא איז א מענטש קרוב להפסד ורחוק מן השכר ע״ש. דהיינו, (עטוואס) א מאטעמאטישן חשבון.

יעצט, דר. ענדרו העקער (א פאליטישע סייענטיסט), אין זיין בוך The Math Myth (אין זעקסטן פרק, pp. 87-88), נוצט די רעזולטאטן פונ׳ם 2013 מאטעמאטישן אלימפיאד אויפצוווייזען אז אפילו וואו ס׳איז דא [סאציאלע] מניעות צו חקירה און חכמה, כדוגמת דיקטאטארשיפס, קען חכמה בליען (עכ״פ די הארטערע סייענסעס כדוגמת מאטעמאטיקס).

קומט אויס, אז די ענין פון נמנו וגמרו טוב לו וכו׳ ווייזט דאך אויף נוצן חכמת החשבון, וואס דאס איז מונחת בקרן זויות אפילו אין א סאסייעטי וואס טוט (ווי נישט) רעפרעסן חכמה, וכהערת לעיקוואד.

(אגב, קען זיין דער מחבר [הציץ ונפגע] האט געסעט די פאום פון בקשת חכמה דייקא אויף א טרעין צווישן מענטשן, מרמז צו זיין אויף דעם אז א טרעין האט אינספירירט א איד [אלבערט איינשטיין פאר זיין טעאריע פון רעלאטיוויטעט] כידוע, וואס איז נישט געווען אין די רעפרעסיוו רעליגיעזע סאסייעטי קעגן חכמה (הגם ער האט יא געהאט רדיפות קעגן זיין טעאריע פון די דייטשע/נאצי וויסנשאפטלער כידוע).)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 883 מאל


גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט