שושנים #18: שאון השעון!

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

שושנים #18: שאון השעון!

הודעהדורך נעגאשיעיטאר » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 9:58 am

שְׁאוֹן הַשָׁעוֹן!

אָ ץ בְּדַרְכּוֹ. לאֹ יוֹדֵעַ נוֹפֶשׁ:

בּ וֹרֵחַ הָלְאָה. לאֹ תַּשִׂיגוֹ עוֹד:

גָ מַר אוֹמֵר. כַּך הִיא מִידָתוֹ:

ד וֹרֵך בִּיְמִינוֹ. בְּחִיצָיִים סוֹבֵב לוֹ:

הַ תָּעִיף וְאֵינֶנוּ. לאֹ יָקוּם פְּעָמַיִים:

וֵ י כְּאָבְדָה. כִּי אָבַד לָנֶצַח:

זָ ז תָּדִיר. לאֹ יִתְנַהֵל לְאִיטָך:

חָ ג בְּמָחוּגוֹ. יַד בְּיָד מוֹרֶה:

טָ ח מֵרְאוֹת. לאֹ יִרְאֵהוּ שׁוּב:

יַ בִּיט אַחֲרָיו. לאֹ יַשִׂיגוֹ רְדוֹף:

כָּ עֵת חַיָה. הַחַיִים מֵעִתִּים הוּסָת :

לְ קָח מוּסָר. מִמֶנוּ לְמוֹד עַשׂהֹ:

מְ הַלֵך וְנָע. אֵינֶנוּ בָּטֵל לָרָגַע:

נִ רְדָף וְרוֹדֵף. אֵינוֹ חוֹזֵר לְאַחוֹרָיו:

ס וֹפוֹ תְּחִילָה. לְעוֹלָם לאֹ יְאַחֵר:

עֵ ת רָצוֹן. זָרִיז בְּעִיתּוֹ יַחִישֶׁנָה:

פָּ קוֹד תִּפְקוֹד. בִּרְכַת אֲסָמֶיךָ תַּפְרֶה:

צְ פֵה בְּלֶכְתּוֹ. חֻס עַל הַנוֹתָר:

קָ דוֹשׁ מוֹנֶה. דַקָה מִן הַדַקָה:

רֶ גַע בְּאַפְסוֹ. לאֹ יִתְקוֹן עוֹד:

שָׁ עוֹת שָׁווֹת. לאֹ יִשְׁווּ בְּעֵרְכִין:

תַּ עֲלִי בְּעִידְנֵיהּ. וְלאֹ עֵת לַחְשׁוֹת:

שְׁעֵה אֶל הַשָׁעָה. וְאַל תִּשְׁעֶה אֶת הַשָׁעָה:
מחבר: שְׁאוֹן הַשָׁעוֹן, געווינער פון שושנים פארמעסט תשע"ה
נעגאשיעיטאר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 05, 2013 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך יואב » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 10:29 am

רץ כצבי? נע, קוקט אויס ונבנתה. געוואלדיג שבגעוואלדיג. כ'דענק נישט ווען כ'האב לעצט געזאגט יוצר ניין אזייגער אינדערפרי.
"Under capitalism, man exploits man. Under communism, it's just the opposite."

John Kenneth Galbraith
באניצער אוואטאר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1610
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5910 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 10:36 am

איך ווייס נישט וויאזוי מען גייט צו צו אזא קאפיטל. די מליצות, דער גלייכע משקל הפסוקים, דער געדאנק, די פארצייטישע פאעטישקייט פון סדר הא"ב, די פארשטענדליכקייט פון וואס ער זאגט און די קלארקייט וויאזוי עס ווערט געזאגט, ממש אין ערוך להם! אזעלכע געוואלדיגע מליצות ווי "שעות שוות" און דער משקל דערצו "לא יושוו בערכין", אדער "שאה אל השעה ואל תשעה את השעה", אדער "דקה מן הדקה", איז דאך ממש גאונות!
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2385 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 10:39 am

יעפ פיור גאונות.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5713
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2607 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 12:50 pm

קודם אפאר פירושים, וויאזוי איך טייטש עס אפ:

אות ג':
"גָמַר אוֹמֵר. כַּך הִיא מִידָתוֹ:"
רגע כמימרא.

אות כ':
"כָּעֵת חַיָה. הַחַיִים הוּסָת מֵעִתִּים:"
זעהט אויס צו זיין א טייטשט אויף די ווערטער "כעת חיה" - דאס לעבן באשטייט פון צייט.

אות ס':
"סוֹפוֹ תְּחִילָה. לְעוֹלָם לאֹ יְאַחֵר:"
דער סוף פון א שעה איז דער אנהויב פון דער נעקסטע שעה. דער צייט שפעטיגט קיינמאהל נישט - ס'איז וואס ס'איז.

אות ע': (אויסנאמס שיין)
"עֵת רָצוֹן. זָרִיז בְּעִיתּוֹ יַחִישֶׁנָה:"
אויב א מענטש וויל מער צייט זאל ער טוהן זאכן בזריזות וועט ער זעהן אז ער האט מער צייט!

אות ק':
"קָ דוֹשׁ מוֹנֶה. דַקָה מִן הַדַקָה:"
אין הקב"ה מונה הדפים אלא השעות. או יאמר: דקה/מינוט - דקה/דאר. כוונה איז לכאורה אז אפילו א חלק שבחלק פון א מינוט'קעלע ברויך מען ציילען ווי א דבר חשוב! א געניאלע מליצה!

אות ש':
"שָׁעוֹת שָׁווֹת. לאֹ יִשְׁווּ בְּעֵרְכִין:"
שעות שוות איז א לשון נופל על לשון, שוות/גלייך - שוות/ווערד. שעות זענען ווערד, אבער עס איז אומשאצבאר!

אות ת':
"תַּעֲלִי בְּעִידְנֵיהּ. וְלאֹ עֵת לַחְשׁוֹת:"
א פוקס האט זיך זיין צייט וואס ער קעניגט, מ'דארף זעהן נישט צו פארפאסן יענע מינוט.

דער קעפל איז הערליך:
"שְׁאוֹן הַשָׁעוֹן!"
די רודעריי פון דער זייגער. שאון/שעון

דער אויספיר איז נאך שענער:
"שְׁעֵה אֶל הַשָׁעָה. וְאַל תִּשְׁעֶה אֶת הַשָׁעָה:"
שעה מיינט קער זיך. תשעה מיינט אוועקשטופען.

סיי דער קעפל און סיי דער אויספיר באנוצט זיך מיט ענדליכע ווערטער וואס מיינען אנדערע זאכן, אבער קומען זיך צאם כמין חטיבה אזוי שיין!
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2385 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 12:55 pm

געוואלד! כ'האב געמיינט אז איך קען געווינען דעם פארמעסט.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2566
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3430 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10134 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 1:08 pm

רעיטינג:

אריגענאליטי: 5+ כוכבים

ביצוע: 5+ כוכבים

משקל הפסוקים: 5+ כוכבים (צוויי אריינפיר ווערטער און דריי אויספיר ווערטער צו יעדער פסוק!)

ווערטער אויסוואל: 5+ כוכבים

רייכקייט פון משל ונמשל: 5+ כוכבים

מעסעדזש: 5+ כוכבים (אפשר א מוסר צו יושבי השטיבל צו פארברענגן דא ווייניגער...)

לייכטקייט צו פארשטיין: 5+ כוכבים

פראפעסיאנאל: 5+ כוכבים

אוועראלל: געווינער מאטריאל!
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2385 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 1:15 pm

ראובן האט געשריבן:געוואלד! כ'האב געמיינט אז איך קען געווינען דעם פארמעסט.

מושכל ראשון איז געוועהן אז דאס איז יא דיינס, @ראובן. הערשי דרוקט זיך אויס אסאך קאמפליצירטער. יא, דאס איז זיכער ראובן. כמעט בלי ספק.
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2385 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 1:16 pm

איך שטים צו, כ'בין נישט דער גרויסער פארשטייער צו פאעזיע, אבער דא שפירט זיך עס קלאר ווי א שטיקל יוצר פונעם העכסטן קאליבער, שיינע לשון, מליצות, ע"פ א"ב... דאס איז גאונות געמישט מיט מורא'דיגע טאלאנט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15194
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17979 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18286 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 1:19 pm

ידען בתפארתו. כ'פארשטיי נישט קיין ווארט
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2167 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 1:49 pm

איך טראכט יעצט אז כ'גיי מאכן א סוירטש אויב דאס איז א געגנבעטע שטיקל פון אן אלטע מחזור ערגעץ. עס קען נישט זיין אז איינער וואס פארמאגט אזעלכע פעאיגקייטן האלט עס ביי זיך און לאזט עס ארויסרינען נאר לכבוד עפעס א פאעזיא פארמעסט. מעיקס נאו סענס.
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2385 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 1:59 pm

יא ביזדערווייל איז דאס דער געווינער ביי מיר (כ'האף כוכב'ל לאזט שוין וואוטן).
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5713
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2607 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 1:28 pm

דא איז א פשוט'ע עברי-טייטש פאר דעם פיוט. דער פיוט פארמאגט א מורא'דיגע קלארקייט און ריינקייט. דער תוכן איז נאבעל, די ווערטער אויסוואל שטאקעדיג רייך, און דער פלייץ פון פיוט'ישקייט מאניומענטאל. איך בין זיכער אז עס ליגן פילע טיפערע פירושים וועלכע געבן צו פארשטיין די גענויע אויסוואל פון דער ווארט און יענע ווארט און פאר פראזע אויסשטעלן, אבער כ'האב נאר נערווען פאר פשטות יעצט.

שְׁאוֹן הַשָׁעוֹן!

די גערודער פון דער זייגער!

אָץ בְּדַרְכּוֹ. לאֹ יוֹדֵעַ נוֹפֶשׁ:

יאגט זיך אין זיין גאנג. ער ווייסט נישט קיין רוה:

בּוֹרֵחַ הָלְאָה. לאֹ תַּשִׂיגוֹ עוֹד:

אנטלויפט אלץ ווייטער. וועסט איהם קיינמאהל מער נישט אן-יאגען:

גָמַר אוֹמֵר. כַּך הִיא מִידָתוֹ:

ווי לאנג עס דויערט ארויסצוזאגן [די ווארט "רגע"]. אזוי איז זיין מאס:

דוֹרֵך בִּיְמִינוֹ. בְּחִיצֵיִים סוֹבֵב לוֹ:

ער טרעט צו אויף רעכטס. מיט צוויי פיילן דרייט ער זיך:

הַתָּעִיף וְאֵינֶנוּ. לאֹ יָקוּם פְּעָמָיִים:

אויב דו בלינקסט פארפאסטו עס. ער שטעלט זיך נישט אהער א צווייטע מאהל:

וֵי כְּאָבְדָה. כִּי אָבַד לָנֶצַח:

א ווייטאג אויב עס גייט פארלוירן. ווייל עס איז אן אייביגע פארלוסט:

זָז תָּדִיר. לאֹ יִתְנַהֵל לְאִיטָך:

ער רוקט זיך אייביג. ער וועט נישט גיין שטאטער פאר דיינעטוועגן:

חָג בְּמָחוּגוֹ. יַד בְּיָד מוֹרֶה:

ער דרייט זיך אין זיין ראד. זיינע צוויי הענט צייגען:

טָח מֵרְאוֹת. לאֹ יִרְאֵהוּ שׁוּב:

פארשמירטע [אויגן] פון צו זעהן. וועלן עס טאקע מער נישט זעהן:

יַבִּיט אַחֲרָיו. לאֹ יַשִׂיגוֹ רְדוֹף:

ער וועט נאכקוקען נאך עס. און עס נישט דערגרייכן מיט'ן נאכלויפן:

כָּעֵת חַיָה. הַחַיִים מֵעִתִּים הוּסָת:

די לשון "כעת חיה" מיינט. אז דאס 'לעבן' איז פון 'צייט' אויסגעשניצט:

לְקָח מוּסָר. מִמֶנוּ לְמוֹד עַשׂהֹ:

פון [זייגער/צייט] נעם א מוסר. פון איהם לערן דיך וויאזוי צו טוהן:

מְהַלֵך וְנָע. אֵינֶנוּ בָּטֵל לָרָגַע:

אייביג גייט ער און ער רוקט זיך. ער שטייט נישט ליידיג פאר א סעקונדע:

נִרְדָף וְרוֹדֵף. אֵינוֹ חוֹזֵר לְאַחוֹרָיו:

ער ווערט נאכגעיאגט [פון דער קומענדיגע מינוט] און יאגט נאך [דער געוועזענע מינוט]. ער גייט נישט צוריקוועגס:

סוֹפוֹ תְּחִילָה. לְעוֹלָם לאֹ יְאַחֵר:

זיין ענדע [סוף שעה] איז אן אנהויב [פון די נעקסטע שעה]. ער שפעטיגט קיינמאהל נישט:

עֵת רָצוֹן. זָרִיז בְּעִיתּוֹ יַחִישֶׁנָה:

מען האט צייט וויפיהל מען וויל. א געשיקטע יאגט אן אסאך מער:

פָּקוֹד תִּפְקוֹד. בִּרְכַת אֲסָמֶיךָ תַּפְרֶה:

זיי אויסגערעכנט [מיט דיין צייט]. א ברכה וועט עס מערן אין דיינע אוצרות:

צְפֵה בְּלֶכְתּוֹ. חֻס עַל הַנוֹתָר:

קוק ווי [די צייט] גייט. און שוין דאס פארבליבענע [צייט]:

קָדוֹשׁ מוֹנֶה. דַקָה מִן הַדַקָה:

אפילו דער באשעפער ציילט. דאס מינדעסטע מינוט:

רֶגַע בְּאַפְסוֹ. לאֹ יִתְקוֹן עוֹד:

א סעקונדע וואס איז פארגאנגען. קען מען עס מער נישט צורעכט טוהן:

שָׁעוֹת שָׁווֹת. לאֹ יִשְׁווּ בְּעֵרְכִין:

דאס צייט איז ווערד. אבער עס איז אומשאצבאר:

תַּעֲלִי בְּעִידְנֵיהּ. וְלאֹ עֵת לַחֲשׁוֹת:

אפילו א פוקס קעניגט אין זיין צייט. אבער מען טאר עס נישט פארפאסן:

שְׁעֵה אֶל הַשָׁעָה. וְאַל תִּשְׁעֶה אֶת הַשָׁעָה:

קער דיך צו די צייט. און שטופ נישט אפ די צייט:
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2385 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 1:47 pm

שָׁ עוֹת שָׁווֹת. לאֹ יִשְׁווּ בְּעֵרְכִין:

לכאורה מיינט ער אז הגם אלע שעות ווערן געשאפן פון די זעלבע זעכציג מינוט, דאך זענען זיי נישט גלייך אין ווערד, געוואנדן אין זייער אינהאלט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3680
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7392 מאל

הודעהדורך קינד_אן_קייט » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 3:59 pm

א מעסטערפיעס, אין דוגמתו לפע״ד.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 494
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 871 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 4:15 pm

פין מיינע ווינערס מען דארף טאקע צילייגן קאפ צי פארשטיין יעדע ווארט אבער די אווערהאל כוונה איז פארשטענדליך אין אין ידע שורה ליגט געטליכע קונץ מיט גאלדענע תוכן
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1814
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6465 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2338 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » דינסטאג יאנואר 06, 2015 12:03 pm

זייגער, זייגער'ל!

די זייגער רוקט זיך נענטער און נענטער צום ענדגילטיגען מינוט ווען דער פארמעסט ענדיגט זיך... זייגער'ל, וועסטו אניאגען באצייטענס?...
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2385 מאל

הודעהדורך עמעזאן » דינסטאג יאנואר 06, 2015 3:11 pm

נא? ווער איז די פייטן? וואס איז די בושה קום ארויף צום סטעיטש
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1920
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 1026 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1065 מאל

הודעהדורך יתרו » דינסטאג יאנואר 06, 2015 3:13 pm

אז ראובן איז געזעץ פון שילוש איז דאס פון הערשי כנלע"ד.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 763
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 443 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 666 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג יאנואר 06, 2015 3:13 pm

קאנגראטולאציעס צו דעם גאוני'שער פייטן וואס באהאלט זיך בהסתרה בתוך ההסתרה אונטער דעם מיסטעריעזן נעגאשיעיטאר ניק.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8134 מאל

הודעהדורך מי אני » זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:08 pm

נעגאשיעיטאר האט געשריבן:
ד וֹרֵך בִּיְמִינוֹ. בְּחִיצָיִים סוֹבֵב לוֹ:

הַ תָּעִיף וְאֵינֶנוּ. לאֹ יָקוּם פְּעָמַיִים:

קען זיין אז ס׳ליגט אינ׳ם המשך א כוונה/רמז אז צו דעפינירן וואס פונקטליך מיינט ״צייט״ וועט מען אנקומען צו א צירקולער דעפיניציע; אנדערש קען מען עס נישט געהעריג דעפינירן.

נעגאשיעיטאר האט געשריבן:שָׁ עוֹת שָׁווֹת. לאֹ יִשְׁווּ בְּעֵרְכִין:

קען זיין אז ער מיינט אויך די קאנצעפט פון איינשטיין׳ס רעלאטיוויטעט לגבי צייט: אז (צומאל/ס׳איז שייך בנוגע די מושג פון צייט) הגם פאר יעדע אבסערווער לכשלעצמו איז די צייט די זעלבע, וועט עס אבער ווערן נערך אנדערש פון אן אנדערן/פרעמדער אבסערווער׳ס קוקווינקל. [דאס ליגט אויך לדעתי אונטער די ״שעות שוות״ ווס. די אומגעזאגטע/אימפלייד ״שעות זמניות.]
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6385 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 971 מאל

Re: שושנים #18: שאון השעון!

הודעהדורך מי אני » זונטאג נאוועמבער 17, 2019 5:33 pm

נעגאשיעיטאר האט געשריבן:ס וֹפוֹ תְּחִילָה. לְעוֹלָם לאֹ יְאַחֵר:

עֵ ת רָצוֹן. זָרִיז בְּעִיתּוֹ יַחִישֶׁנָה:

מ׳קען אין דעם אפשר אריינלערנען אז לפי דעם B טעאריע פון צייט איז (אפילו לגבינו) דעם עבר, הוה, און עתיד אלעס איינס בעצם. דאס איז מרומז אין דעם ״סופו תחילה, לעולם לא יאחר״. און ער איז ממשיך, ״עת רצון, זריז בעתו יחישינה״, וואס, ווי באקאנט, ווי אזוי די זרע קודש טייטשט אויף ״משנה עתים ומחליף את הזמנים״, אז הקב״ה טוישט דעם מזל וואס דארף זיין אויף איין זמן צו א צווייטן, והיינו אז ער ברענגט בפועל אהער דעם זמן צו אן אנדערן זמן. און מיט דעם איז מען מפרש דעם ״לא זכו בעתה, זכו אחישינה״, אז מ׳פעדערט בפועל דעם שפעטערן זמן קבוע פון די גאולה אויף פריער. דאס גייט לכאורה גרינגער אין איינקלאנג מיט די B טעאריע פון צייט (וואס מ׳נעמט סתם אזוי אן אויף כביכול הקב״ה וואס איז למעלה מן הזמן); וואו די זמן בעצם איז אלעס איינס.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6385 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 971 מאל

שושנים #18: שאון השעון!

הודעהדורך מי אני » מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 8:54 pm

ס׳איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען לשונו של הרמב״ם אין מו״נ (ח״א פע״ג, בביאורו על הקדמה השלישית של ״המדברים״ מחכמי ישמעאל) וז״ל, שאם מהירי הפילוסופים כבר בלבלם ענין הזמן וקצתם לא השכילו ענינו עד שגלינוס אמר שהוא ענין אלוקי לא הושג אמיתתו, ע״כ ע״ש. (ס׳איז אויך מערקווידיג ווי ער ברענגט דארט, און אין אנהויב ח״ב הקדמה טו, פון אריסטו איבער די קשר צווישן זמן און מקום [דרך]/תנועה ע״ש.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6385 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 971 מאל

שושנים #18: שאון השעון!

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 11:29 am

ועיין ג״כ מזה להלן שם בח״ב פי״ג (ובריש פי״ד בשיטתו של אריסטו בנוגע קדמות העולם).

(ער דערמאנט דארט אין פי״ג אז די שוועריקייט ארויסצוהאבן צו זמן איז אן אמיתות לעצמו איז ווייל עס איז א [פילאזאפישע] מקרה/עקסידענט פון תנועה, וואס תנועה איז אליין א מקרה/עקסידענט פונ׳ם זאך וואס רוקט זיך ע״ש. נו, קען מען יעצט פארשטיין פארוואס די אקסעלערעישן און טויש אין וועלאסיטי/תנועה ווערט גערעכענט אין m/s^2 - ווייל זמן איז א מקרה בתוך די מקרה פון תנועה, דעריבער ווערט דא די צייט סקווערד...)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6385 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 971 מאל

שושנים #18: שאון השעון!

הודעהדורך מי אני » זונטאג פעברואר 02, 2020 8:17 pm

מי אני האט געשריבן:
נעגאשיעיטאר האט געשריבן:
ד וֹרֵך בִּיְמִינוֹ. בְּחִיצָיִים סוֹבֵב לוֹ:

הַ תָּעִיף וְאֵינֶנוּ. לאֹ יָקוּם פְּעָמַיִים:

קען זיין אז ס׳ליגט אינ׳ם המשך א כוונה/רמז אז צו דעפינירן וואס פונקטליך מיינט ״צייט״ וועט מען אנקומען צו א צירקולער דעפיניציע; אנדערש קען מען עס נישט געהעריג דעפינירן.

ווי אויך, אזוי ווי דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג טייטשט אויס (אין ח״ג פון זיין The Star of Redemption), איז אידישקייט׳ס אויסקוק אויף צייט (לגבי ימים טובים וחגי השנה וכו׳. טאקע ווען מ׳זאגט יוצר...) מער צירקולאר. ועיין כאן.

אגב, איז זיין בוך איז געשריבן מיט א מער פאעטישן לשון.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6385 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 971 מאל

נעקסט

גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט