בלאט 2 פון 2

שושנים #18: שאון השעון!

הודעהפורסם: דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 11:29 am
דורך מי אני
ועיין ג״כ מזה להלן שם בח״ב פי״ג (ובריש פי״ד בשיטתו של אריסטו בנוגע קדמות העולם).

(ער דערמאנט דארט אין פי״ג אז די שוועריקייט ארויסצוהאבן צו זמן איז אן אמיתות לעצמו איז ווייל עס איז א [פילאזאפישע] מקרה/עקסידענט פון תנועה, וואס תנועה איז אליין א מקרה/עקסידענט פונ׳ם זאך וואס רוקט זיך ע״ש. נו, קען מען יעצט פארשטיין פארוואס די אקסעלערעישן און טויש אין וועלאסיטי/תנועה ווערט גערעכענט אין m/s^2 - ווייל זמן איז א מקרה בתוך די מקרה פון תנועה, דעריבער ווערט דא די צייט סקווערד...)

שושנים #18: שאון השעון!

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 02, 2020 8:17 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:
נעגאשיעיטאר האט געשריבן:
ד וֹרֵך בִּיְמִינוֹ. בְּחִיצָיִים סוֹבֵב לוֹ:

הַ תָּעִיף וְאֵינֶנוּ. לאֹ יָקוּם פְּעָמַיִים:

קען זיין אז ס׳ליגט אינ׳ם המשך א כוונה/רמז אז צו דעפינירן וואס פונקטליך מיינט ״צייט״ וועט מען אנקומען צו א צירקולער דעפיניציע; אנדערש קען מען עס נישט געהעריג דעפינירן.

ווי אויך, אזוי ווי דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג טייטשט אויס (אין ח״ג פון זיין The Star of Redemption), איז אידישקייט׳ס אויסקוק אויף צייט (לגבי ימים טובים וחגי השנה וכו׳. טאקע ווען מ׳זאגט יוצר...) מער צירקולאר. ועיין כאן.

אגב, איז זיין בוך איז געשריבן מיט א מער פאעטישן לשון.

שושנים #18: שאון השעון!

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 12, 2020 4:16 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן: (ס׳איז אויך מערקווידיג ווי ער ברענגט דארט, און אין אנהויב ח״ב הקדמה טו, פון אריסטו איבער די קשר צווישן זמן און מקום [דרך]/תנועה ע״ש.)

דער אור ה׳, דורכאויס בעיסיקעלי א גרויס חלק פון מאמר א, דינגט זיך אויף דעם. דארט אין כלל ב פי״א פרעגט ער דאס שטארק אפ, בפרט טאמער גיבט מען פאר ״זמן״ אן אנטאלאגישע מציאות. ער זאגט דארט אז אויב עפעס איז ״זמן״ מער מקושר מיט מנוחה ווי איידער מיט תנועה ע״ש. ער דערמאנט זיין אפשייד צווישן זמן ותנועה אין מאמר ב כלל א פ״ד בנוגע ידיעתו של הקב״ה ע״ש.

אגב, טאמאס אקינאס (להבדיל) האט געשריבן אז ״עטערנעטי איז דאס מעסטונג פון פּערמאנענטע זיין, בשעת זמן איז דאס מעסטונג פון תנועה״.

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 16, 2020 1:09 pm
דורך מי אני
מיט דעם אור ה׳ קען מען טייטשן די חלק פונעם פיוט:
נעגאשיעיטאר האט געשריבן:פָּ קוֹד תִּפְקוֹד. בִּרְכַת אֲסָמֶיךָ תַּפְרֶה:

דהיינו, ער מאכט דארט אויך א חילוק צווישן ״שיעור״ [וואס איז מער קאָנטיניוּאָס] וואס מ׳קען זאגן אנבאלאנגט ״זמן״ ווי איידער ״מספר״ [וואס איז מער דיסקריִט] (ווי אויך טוהט ער אויף דארט אז ״זמן״ איז נאר תלוי אינעם נפש האדם און אין ווי אזוי אונז טוהן פּערסיוון זאכן, וואס דאס קען נוגע זיין צו די גאנצע שמועס) ע״ש באריכות.

די גמרא זאגט (תענית ח: ב״מ מב.) אויפ׳ן פסוק (דברים כח ח) יצו ה׳ אתך את הברכה ״באסמיך״, שאין הברכה מצויה לא בדבר השקול ולא בדבר המדוד ולא בדבר המנוי אלא בדבר הסמוי מן העין ע״ש. איז קען מען זאגן אז דאס איז מען מרמז דא פּקוֹד תִּפְקוֹד בִּרְכַת אֲסָמֶיךָ תַּפְרֶה, והיינו אז בנוגע ״זמן״ וואס איז נישט ניתן תחת ״מספר״ נאר איר דרך פון ״פקידה״ איז ב״שיעור״ וכהאור ה׳, איז ממילא ביי דעם קען זיין בִּרְכַת ״אֲסָמֶיךָ״ תַּפְרֶה ווייל עס איז נישט מנוי ב״מספר״.