שושנים #29: אלו ואלו נשרפין

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

שושנים #29: אלו ואלו נשרפין

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 1:12 pm


לאמיך מיטטיילן מיינע שמערצן
פון אידיש לעבן אין צוויי טויזנט אין פערצן
ווען אידישקייט איז ליידער א געלעכטער און שפאט
און מ'פארגעסט פון אונזער איינציגן ג-ט

ס'איז ממש הארץ דרוק
ווען מ'זעט די וואך און דער בליק
אלע זייטן ברייט באשמירט
רבי'ס גאלד און זילבער קאלירט

אלעס נאר דעם אייגענעם כבוד אזוי פרעך
טראכטן ווידער און ווידער נאר פון זעך
גרויסע סיינס פארענטשעס הויכע שטאקן
טויזנטער חסידים קיען און באקן

מיט מיליאנען דאלארן באגאסן
קיינער האט פון דעם נישט גענאסן
הייליג און פארקאכט ווען יעדער זעט
שלאגט און רייסט פאר ריעל עסטעיט

ברידער און קרובים איין שטיק שנאה
מ'גייט נישט צו יענעם'ס שמחה ורנה
אויף יענעם'ס כבוד פול מיט קנאה
מ'וואונטשט אים א סענדי און קאטרינא

יענעם צו צעברעכן און צעשלאגן
ער זאל חלילה גארנישט פארמאגן
מ'קלאפט מיט הענט און פיס
מ'ניצט אלע קשרים מיט פאליס

צעווילדעוועטע פראים
קליינע קעפ און רשעים
גייטס פרעסן און פאפן
אלו ואלו נשרפין

דער מיט ספרי תורה'ס א צענאמי
דער אנדערער שיקט א זיידן קיין מיאמי
ווען מ'געווינט איז מען א געווינער
און ווען מ'פארלירט איז מען א געווינער

ווער האט שוין געהערט אזעלכע זאכן
פון דעם אייגענעם רבי'ן די חסידים לאכן
ניטאמאל א רבי, אלעס א געלעכטער
דער עיקר אז דעם ברודער ברעכט ער

וואס ביי יענעם א מנורה ביי מיר א קענדעלאברע
וואס ביי זיי הייליג ביי אונז אברעקעדאברע
זיי שוין א מענטש, א גברא
נישט אלעס דארף זיין איפכא מסתברא

פון דער תורה רייסט מען שטיקער
רבי ז"ל איז דער עיקר
מיט שקרים יעדע מינוט
און פאר'ן יחיד מ'געט נישט קיין --
שיטה קדושה און מ'פארגיסט בלוט

פארטיס גארנישט אינטערעסאנטע
פילן אן בנינים גיגאנטע
רבי'ס מיט פרעכע שפראכן
נאר ביזי יענעם צו צעקראכן

ביי מיר, ביי אונז, אלעס אמת און גוט
ביי יענעם איז שלעכט אלעס וואס ער טוט
נאר יענעם פארשרייען, פארשעמען
קיינמאל נישט מודה אויף אייגענע פראבלעמען

ציונות, שגיונות, שוטה איינער
טו עפעס מיט די צובראכענע ביינער
דיינע מענטשן פוסט אן חיות
פארגעס פונעם הר הבית

ער גלייבט אז ער געט א שאס
ווען ער שטאלפערט מיט פאטאס
פארגעסט פון די אייגענע סרחה
ער ווערט א פעטער, א רבי, זכרונו לברכה

א הארץ פון שטיין א מח פון האלץ
דער עיקר אז מיינע חסידים זענען שטאלץ
ס'נאר וויכטיג די היימישע חן, זיסע לאקן
אזוי ווי אינדערהיים די שווארצע זאקן

פארלוירן אלעס, געבליבן קוים א הייזל
נאך צען יאר פון ריין שלימזל
אבער אבי ס'איז פאר יענעם שמערציג
וועל איך ווערן פינף און פערציג

און די חסידים ביזי מיט די אלע טומאות
די גאנצע קאפ ליגט אין צימעס
מיין רבי האט געזאגט בלא בלא בלא
דיין רבי - הא הא הא

א ביטער געלעכטער
זיין אייגענע לעבן צעברעכט ער
אלעס פאר א רבי וואס קימערט נישט
אז דיין לעבן, דיין אמונה, איז אינגאנצן צעמישט

טראכט פון דיינע אייגענע צרות
לאז אפ די עבודה זרות
נעם קעיר פון דיין לעבן
ליבשאפט פאר דיין ווייב און קינדער געבן

לאז אפ דעם רבי'ס טומל
געדענק אונזער טאטן אין הימל
געדענק אים צו דינען אין יעדער צייט
פארגעס פון דער איד און דער בלאט

מאך א נחת רוח לבורא
כי טוב סחרה מכל סחורה
נאר די תורה זאל אונז קאנטראלירן
און קעגן משיח אין גיכן אונז פירן
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5434 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 1:21 pm

די גראמען זענען הערליך, די נושא אלט אבער זייער פריש באשריבן. ס'איז אויך די מערסטע סאושעל פון אלע פאעזיע'ס ביז אהער, מ'שפירט ווי איינער רעדט צו דיר בשעת'ן ליינען. איך האלט דאס זאל זיין די נעשנאל ענטעם פאר שמעקעדיגסוויל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4860
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9509 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 1:45 pm

Wow!

כרויטע וואנצעס ועוד.

ריינקייט (שיטה הקדושה יוכיח): 5 כוכבים

קונסט (שיטה הקדושה יוכיח): 5 כוכבים

פראפעסיאנעל: 5 כוכבים

טאקטפול, טעיסטפול, און טאלאנטפול: 5 כוכבים

עס רעדט צו די היינטיגע מענטשהייט: 5 כוכבים

בעפארציגט נישט איין צד פון א מחלוקה מער ווי דאס אנדערע. שמייסט זיי ביידע...:5 כוכבים

אוועראל: 5+ כוכבים פאר די "פאלקס'ישע גראמען" genre.
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2385 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 1:48 pm

די אמת ציפט!
נאך א פאזיע וואס מען קען פארשטיין,
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2767
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2361 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 1:50 pm

:roll: נ.ב. מיין רעיטינגסן אויף א יצירה איז נישט א הסכמה אויף דער תוכן. דער רעיטינג ריפלעקט נישט די פערזענליכע מיינונג פון דער רעיטאר. :roll:
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2385 מאל

הודעהדורך ראובן » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 2:28 pm

הערליך, שארף, און שטארק צום פונקט. א סך שעפערישע, אייגנארטיגע גראמען, נישט טיפישע יונתן שווארץ שיין, ריין, קליין, פיין, געוויין.

שיטה קדושה שורה איז פיור גאונות...

כ'ווייס נישט פארוואס, אבער עס דערמאנט מיך פון מיכאל שניצלער'ס טרעק פייוו.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2536
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3317 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10035 מאל

הודעהדורך יואב » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 2:30 pm

א שיין בייסיג שטיקל.

קנאה/קאטרינא

הממ, שעפעריש
א הארץ פון שטיין א מח פון האלץ

ברויך מען נאר האבן אביסל וואסער אין די לונגען מיט זאמד און די אויגן, און מ'קען ארויפציען נאך א בנין על טהרת הקודש.

שוין, יעצט וועלן אלע רבנים ווארטן ביז אונזער בעל מחבר לאזט אויס דעם אלו ואלו נשרפין, און דאן וועלן זיי אנהייבן חטאת הציבור בקול רם.
"Under capitalism, man exploits man. Under communism, it's just the opposite."

John Kenneth Galbraith
באניצער אוואטאר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1610
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5905 מאל

הודעהדורך מאטי » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 2:35 pm

זייער אינטערסאנט שעפעריש און צום פוינט. הגם ס'פעלט אביסל מיסטעריעזקייט וואס דאס נעמט אוועק דעם פאעטישען זיגל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2999
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4366 מאל

הודעהדורך קינד_אן_קייט » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 4:02 pm

מאטי האט געשריבן:זייער אינטערסאנט שעפעריש און צום פוינט. הגם ס'פעלט אביסל מיסטעריעזקייט וואס דאס נעמט אוועק דעם פאעטישען זיגל.

פראבלעם איז מער אז ער גייט אן צו לאנג און לויפט אויס פון פרישע קוק ווינקלן, אבער ס׳איז א העכסט געלונגענע ארבעט אוועראלל.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 494
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 871 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 2:38 am

זייער שיינע פאום. ענדליך עפעס וואס פלעינע מענטשן ווי מיך קענען פארשטיין. ס'איז נאר אביסעל צו שארף אבער נישט געפערליך
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5434 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 9:47 pm

הרה"ג אב"ד וואודריזש שליט"א האט היינט ביים אויספאסטן שטארק משבח געווען דעם שיר, ער האט ארויסגעוויזן א קענטיגע הנאה און הסכמה וואס די חסידים האבן אנגענומען ווי א אינדארסמענט.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2167 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » דינסטאג יאנואר 06, 2015 5:02 pm

דא האט זיך נאך אויך קיינער נישט געמאלדן
We are waiting
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1510
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6758 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1292 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דינסטאג יאנואר 06, 2015 10:18 pm

א גרויסן דאנק פאר אלע וואס האבן געשטימט פאר מיין פאום. איך האב נישט גע'חלום'ט אז ס'וועט אזוי שטארק אנציען, און ישר כח פאר'ן שטארקען מיין קאנפידענץ.

א ספעציעלע דאנק פאר א חשוב'ן ניק וואס האט מיך געהאלפען מיט'ן צאמשטעלן, און פאר @כוכב פאר'ן מגיה זיין.

Love you all!!!
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5434 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » דינסטאג יאנואר 06, 2015 10:36 pm

מתחילה ביזטו געקומען מיט א קול ענות חלושה, כאילו דו ווייסט נישט וויאזוי מען בייסט אריין אין פאעזיא... וועסט פרובירען... מ'זאל צולייגן א פלייצע... און צום סוף התגלה למפרע אז דו ביזט אן אבי אבות הגראמען, כמבואר בהרעיטינג שלי למעלה!

זייער א שטארקע פאעם, @ראשעקאל!
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2385 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » דינסטאג יאנואר 06, 2015 11:45 pm

געשטימט ביידע מאל דערפאר.
שקויעך ראשעקאל, סא פון וועלכע קהילה ביסטו ראשעקאל אה פון שמעקעסוויל!!
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2767
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2361 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » מיטוואך יאנואר 07, 2015 12:44 am

איך בין אין שאק! כ'האב נישט געוויסט דו טויגסט אזוי! דאס איז געווען איינע פון מיינע שטימעס.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2345
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3275 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3728 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 07, 2015 12:47 am

אפטעמיסט האט געשריבן:איך בין אין שאק! כ'האב נישט געוויסט דו טויגסט אזוי!!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » מיטוואך יאנואר 07, 2015 12:50 am

שמעקעדיג, די וויכטיגסטע חלק פון מיין הודעה האסטו נישט ציטירט... נאכדעם וואונדערסטאך פארוואס ביסט נישט איינגעקלאפט מיט'ן ראשעקאל. אז וועסט אויך האבן די קאפ אויפ'ן פלייצע וועסטו אויך באקומען שישי. גארנישט איז נישט בחנם.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2345
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3275 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3728 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 07, 2015 1:42 am

ווי געשריבן ערגעץ אנדערש, בין איך נישט מגלה מיינע שטימעס מחמת טעמים כמוסים. (כ'האב שוין נישט מורא פון קאווע טרינקער, ער האט שוין אפגעפוצט פאר גוד פון דאנעט..)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך יאנואר 07, 2015 8:02 am

וואסי טאקע געשעהן מיט עם?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5690
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7844 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2589 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » מיטוואך יאנואר 07, 2015 9:32 am

איך גלייך גראדע דעם פאעמע גאנץ גוט, נאר די קעפל און די גאנצע סטאנזע וואו דאס קעפל ערשיינט זענען צו שארף.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2179
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1584 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2306 מאל

הודעהדורך רוח קדים » מיטוואך יאנואר 07, 2015 10:46 am

כא! דער ראשעקאל האט זיך צעווילדעוועט איבער רבי'ס, מאמא מיאה! דאס איז א סופער גוט שטיקל. די שפייאכץ וועלכע רינט מיר פון מויל ווערט מער געדיכט מיט וואס א פאראגראף מיינע אויגן גייען פארביי. נאט אייך אן אגודל.
באניצער אוואטאר
רוח קדים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 3:40 am
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 225 מאל


גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט