שושנים #31: לא נתקבל

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 978 מאל

שושנים #31: לא נתקבל

שליחה דורך הערשי »

געב
מיין תכשיט
א חינוך
אין תוך
כ'וויל איר
סקול'ן אידיש
א נעב
פארחשכ'ט
בין איך
דאך
ביל מיר
כ'על צאלן נגידיש

דערציילט מיר
גארנישט
וועגן
דאס קינד
פארוויילסט דיר
אין פאליש
העמיר פגע'ן
אצינד

קומסט נישט
אין שול
צום טיש
אדער אפיעל
שאלות פרעגסטו
די דיינים
קיינמאל נישט
אלעס מעגסטו
טון הפנים
עס יו וויש
מאכסט דיר גרילס
אויף די קעטסקילס
מיט די ווייבער
ברענגסט א מבול
לאז דער שרייבער
שרייבן לא נתקבל

ס'הייסט
דו גייסט
אין שוויץ
אן א קאפל
מ'העצט
דו רעדסט
פון היץ
נאך המפיל
טינקסט כלים
אין מקוה
אן א קארטל
זינגסט צום צלם
התקוה
אן א גארטל

נישט פרום
דיין גיטל
שטייט איר קרום
דאס היטל
זי גייט
די מענער זייט
יונגעלייט קוקן
א תיקון
זי דארף
דאס ווייבל
ער פסק'נט שארף
לא נתקבל

זאגן די שטוב
זאל טון צוליב
אראפציען
איבער די קניען
זי מעג
א סקארף
אויף די קראגן
אירע
פערציג טעג
זי דארף
זאגן
פרק שירה
כארכלען אן איי
גיסן בליי
כולי האי
ואולי

די מאמע
איז אין כעס
מסתמא
ער טרייבט
שפאס
ס'איז קשה
כח הסבל
דער רשע
ער שרייבט
מיט קאנטעמפט אבער
און סטעמפט ראבער
לא נתקבל

זיי בודק'ן
די טאטעס
ווי מראה
שמאטעס
זיי חוזק'ן
פון מאמעס
ווי פרעה
אין פאזשאמעס

מי יתן
א מוסד
א גוטן
וואו מ'גרויס'ט
נישט איבער
דעם ציבור
מ'פרעגט קיין
שאלה
מ'נעמט אריין
אלע
אידן צוגלייך
איין זאך

שכר לימוד
ווייניג
א משומד
אייניג
מיט א גר
מהודר
אחוץ פארשטייצעך
אז מ'דרייעט זיך
ביי דער
רבי'ס ברודער
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר