שושנים #31: לא נתקבל

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

שושנים #31: לא נתקבל

הודעהדורך הערשי » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 5:07 pm

געב
מיין תכשיט
א חינוך
אין תוך
כ'וויל איר
סקול'ן אידיש
א נעב
פארחשכ'ט
בין איך
דאך
ביל מיר
כ'על צאלן נגידיש

דערציילט מיר
גארנישט
וועגן
דאס קינד
פארוויילסט דיר
אין פאליש
העמיר פגע'ן
אצינד

קומסט נישט
אין שול
צום טיש
אדער אפיעל
שאלות פרעגסטו
די דיינים
קיינמאל נישט
אלעס מעגסטו
טון הפנים
עס יו וויש
מאכסט דיר גרילס
אויף די קעטסקילס
מיט די ווייבער
ברענגסט א מבול
לאז דער שרייבער
שרייבן לא נתקבל

ס'הייסט
דו גייסט
אין שוויץ
אן א קאפל
מ'העצט
דו רעדסט
פון היץ
נאך המפיל
טינקסט כלים
אין מקוה
אן א קארטל
זינגסט צום צלם
התקוה
אן א גארטל

נישט פרום
דיין גיטל
שטייט איר קרום
דאס היטל
זי גייט
די מענער זייט
יונגעלייט קוקן
א תיקון
זי דארף
דאס ווייבל
ער פסק'נט שארף
לא נתקבל

זאגן די שטוב
זאל טון צוליב
אראפציען
איבער די קניען
זי מעג
א סקארף
אויף די קראגן
אירע
פערציג טעג
זי דארף
זאגן
פרק שירה
כארכלען אן איי
גיסן בליי
כולי האי
ואולי

די מאמע
איז אין כעס
מסתמא
ער טרייבט
שפאס
ס'איז קשה
כח הסבל
דער רשע
ער שרייבט
מיט קאנטעמפט אבער
און סטעמפט ראבער
לא נתקבל

זיי בודק'ן
די טאטעס
ווי מראה
שמאטעס
זיי חוזק'ן
פון מאמעס
ווי פרעה
אין פאזשאמעס

מי יתן
א מוסד
א גוטן
וואו מ'גרויס'ט
נישט איבער
דעם ציבור
מ'פרעגט קיין
שאלה
מ'נעמט אריין
אלע
אידן צוגלייך
איין זאך

שכר לימוד
ווייניג
א משומד
אייניג
מיט א גר
מהודר
אחוץ פארשטייצעך
אז מ'דרייעט זיך
ביי דער
רבי'ס ברודער
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 4:27 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 972 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 5:16 pm

חברה, די פאעזיע'ס ווערן נאר אלס בעסער און בעסער! כ'מיין מ'זאל אפשטיפן די דעדליין.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2345
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3728 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 5:17 pm

דער אינהאלט איז גאר גוט, איך כאפ אבער נישט דעם 'ריים און ריטהעם'.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2179
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1584 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2306 מאל

הודעהדורך כוכב » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 5:20 pm

אפטעמיסט האט געשריבן:חברה, די פאעזיע'ס ווערן נאר אלס בעסער און בעסער! כ'מיין מ'זאל אפשטיפן די דעדליין.


די דעדליין איז געווען 3 אזייגער. איך נעם מער נישט אן קיין פאעזיעס. די אלע פאעזיעס וואס זענען אריינגעקומען פאר די דעדליין וועלן צוביסלעך ארויסגעשטעלט ווערן.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2503
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7119 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 6:04 pm

כ'האב געמוזט אנצינדן רעפ מוסיק צי קענען ליינען דעם שטיקל, מתוק
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1803
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6454 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2312 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 6:12 pm

געב
מיין תכשיט
א חינוך
אין תוך
כ'וויל איר
סקול'ן אידיש
א נעב
פארחשכ'ט
בין איך
דאך
ביל מיר
כ'על צאלן נגידיש



זיינע גראמען האבן א שיינע מהלך און ריטהעם. קוק די קאלירען, די זעלבע קאלירן זענען די גראמען. סיסטעמאטיש.
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2385 מאל

הודעהדורך בן תמליון » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 6:14 pm

לא נביא אנכי אבער עפעס שמעקט דא פון @הערשי צו מיר.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1892 מאל

הודעהדורך הערשי » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 10:55 pm

ווילאנג דער מחבר איז בעילום וועל איך נעמען די קרעדיט...
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 4:27 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 972 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 11:44 pm

הערשי האט געשריבן:ווילאנג דער מחבר איז בעילום וועל איך נעמען די קרעדיט...

אל תיקח ללב, @הערשי. יעדע גוטע זאך וואס מ'האט ארויפגעשטעלט איז געוועהן א מאן דאמר וואס האט קאמענטירט אז ס'דיינס.
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2385 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:34 am

הערליך שיין!! ס'געפעלט מיר. וועט מען אמאל געוואויר ווערן ווער די מחברים זענען?
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 537
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1016 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1098 מאל

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:42 pm

פלאוויוס האט געשריבן:הערליך שיין!! ס'געפעלט מיר. וועט מען אמאל געוואויר ווערן ווער די מחברים זענען?



אוודאי, באלד נאך די וואלן!
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2503
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7119 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:50 pm

גוט, וועל איך מיר איינהאלטן דעם נייגער ביז דעמאלט :)
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 537
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1016 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1098 מאל

הודעהדורך מאטי » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 2:21 pm

יעצט איבערגעקוקט, דאס איז עפעס לא מעלמא הדין!! כ'וואלט נישט געלייגט קיין רעפ-מוזיק ברקע, ענדערש אזא לייכטע היפ-האפ ריטם, ס'הערט זיך זייער גוט מיט דעם צינישער פליסיגקייט.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2999
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4366 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:58 am

און אויב
איך זעה
איך נישט
ביז יאר
אריבער
האסטו גארנישט
פארפאסט
ווינטש איך
שוין יעצט

א גוט
מארגען
און גוטן
מיטאג
אווענט
און נאכט

א פריילעכן
פורים
כשר'ן פסח
לעכטיגן חנוכה
א גוטער אתרוג
א חתן
א תכשיט
אייניקלעך
ברית מילה
חתונה בר מצווה

קענסט אריבער
יארען פופציג
גארנישט אנדערש
נאך
פון די זעלבע
ווערטער
קאמפלעינטס
שבחים
אוועררעיטעד
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3883
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1782 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6096 מאל

הודעהדורך הערשי » דינסטאג יאנואר 06, 2015 3:37 pm

בן תמליון האט געשריבן:לא נביא אנכי אבער עפעס שמעקט דא פון @הערשי צו מיר.


הגם בן תמליון בנביאים?
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 4:27 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 972 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » דינסטאג יאנואר 06, 2015 3:40 pm

מזל טוב @הערשי!

כ'בין געוועהן דער ערשטער מפענח צו זיין דיין מהלך...

הערליכע שטיקל.
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2385 מאל

הודעהדורך מאטי » דינסטאג יאנואר 06, 2015 3:51 pm

הערשי האסט נישט אנטוישט! געשטימט פאר דיר ביידע רונדעס.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2999
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4366 מאל

הודעהדורך בן תמליון » דינסטאג יאנואר 06, 2015 11:08 pm

הערשי האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:לא נביא אנכי אבער עפעס שמעקט דא פון @הערשי צו מיר.


הגם בן תמליון בנביאים?


לא נביא אנכי ולא בן נביא. עס איז געווען די פראזע "אין תוך" וואס האט מיר דערמאנט כ'האב זי געזען אין איינע פון אייערע פריערדיגע מאמרים דא אין שטיבל, (אפשר אבלה הארץ?) עס איז נישט אזוי באניצט. ווי אויך די גאונישע מהלך האט אנגעזאגט א שטארקער בעל כשרון איז דערינטער.

כ'האב געשטימט פאר דיזן פאעמע ביידע מאל.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1892 מאל

Re: שושנים #31: לא נתקבל

הודעהדורך מי אני » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 5:42 pm

הערשי האט געשריבן:
זיי בודק'ן
די טאטעס
ווי מראה
שמאטעס

דאס קען מרמז זיין צו דעם אז איינע פון די ה׳ דמים טמאים באשה נדה איז ״אדום כדם המכה״ וואס דאס מיינט כדם שור [שחוט] (נדה יט ע״ב). און די גמרא זאגט (ב״ב כא ע״א) ביי די סוגיא ווי ווייט מ׳דארף זעהן להושיב מלמדים און זיי זאלן זיך אפגעבן מיט תשב״ר (היפך דעם ״לא נתקבל״ נגע), מכאן [מבר שית] קביל ואספי ליה [תורה] כתורא.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 883 מאל


גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט