שושנים #36: וכל ישראל מראין באצבע!

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

שושנים #36: וכל ישראל מראין באצבע!

הודעהדורך שפתים ישק » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:45 pm


דער פינגער / ווי א זינגער

א דריי א קנייטש / אן אנדערער טייטש

א כאפ א נייער / תנא ושייר

א סברא הוידל בוידל / דריי דעם אגודל

שאקלט מימין לשמאל / ווארנט צו זיין וואויל

דעם בעל קורא נוצבאר / דער פוינטער די אצבע

ווען טרעפן מ'דארף / אביסל זיעת אף

אסאך גרינגער / ווען מ'נוצט דעם פינגער

ביים רבי'נס טיש / קלאר מ'זעט נישט

מיט'ן פינגער שטופ די גלעזער / העכער די נעזער

א גוי אפ'פטר'ן / זאל ער גיין פלאטערן

נוץ יענע פונדערמיט, ער'ט כאפן אין א מינוט

די אוזניים אויספוצן / נוץ די קמיצה

די אגודל נאך א נוצן / פאר די וואס מאכן נאך אויף עס מציצה

מ'וויל איינעם שוין דא האבן / מיטן אצבע אויף ארויפוועגס גראבן

טאמבס אפ איים גוד / האסט מיך געמאכט א גוד מוד

אצבע על אגודל ושאר אצבעות כלפי מעלה / פשיהא עמעיזינג מיט יעדע מעלה

א דריי מיט'ן פינגער צום מח ארויף / זיי וויסן ס'פעלט דיך א שרויף

צוויי פינגער ווי א ווי / א סימן אויף וויקטארי

די אצבע מיט די קמיצה / אונטער'ן טיטשער'ס רוקן בדיצה

דער כהן / שפרענגט אויפ'ן בוהן

ווען ער בענטשט די אידן / א גראבע ווי פאר פרידן.

אצבע אלקים היא / זה קלי ואנוהו
שפתים ישק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:51 pm

פיין, פיין.
וואס איז מיט די שבכל הלילות סימבאל?..
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15121
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17826 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18120 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:52 pm

נאדיר :like :ניין: :קום:
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1288 מאל

הודעהדורך בשבילי! » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 2:07 pm

און דעם פייג?
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:11 am

אריגענעלער איידיע און סובייעקט. שיינע גראמען און ענין. מ'קען ווייטער טראכטען אויף דעם..
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3810
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5908 מאל

הודעהדורך שפתים ישק » פרייטאג יאנואר 02, 2015 11:32 am

דער פאעם איז די ארבעט פון מיינע 10 פינגער...
שפתים ישק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל


גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט