שושנים: יישר כח כוכב!

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16553
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19046 מאל

שושנים: יישר כח כוכב!

שליחה דורך שמעקעדיג »

שטייענדיג נאך די געלונגענעם פאעזיע פארמעסט, איז ענדליך צייט צו געבן קרעדיט פאר דעם וואס פארדינט עס ערליך.

בעת ביי אונז אין דארמיטארי (קרעדיט: כוכב) איז מען געשלאפן, קוים קוים אריינגעקומען עפעס ארטיקלען, קוים עפעס געשמאקע תגובות, און מיר האבן כסדר פארלוירן פיינע ניקס מסלתה ומשמנה פונעם שטיבל, איז אנגעקומען כוכב ווי די חשמונאים בשעתם, ערב חנוכה, און פשוט אויפגעלויכטן און אויפגעראכטן דעם שטיבל, מיט די פראכטיגע שושנים פאעזיע'ס! עס האט אויפגעוועקט אסאך לייבן פון שלאף, דער גאנצער עולם האט זיך אפגעריבן די פארשלאפענע אויגן, אנגעטון די ברילן, און אריינגעשטעקט דעם פינגער אויפן נאז צו רוקן די גלעזער נאנטער צום אויג, און געוואלט זיכער מאכן אז מען זעהט ריכטיג? עס קומט טאקע צו פליסן יעדן טאג הערליכע פאעזיעס איינס נאכן צווייטן, איינס שענער פון צווייטן? דער עולם איז געווארן עקסייטעד און היסטעריש, עס האט אריינגעבלאזן א מין ענטוזיאזם אין שטיבל אשר לא נראה כבושם הזה שוין לאנגע חדשים (איף עווער).

רבותי, מען וואלט געדארפט דעם כוכב'ן באלייקן עד אשר יצא מאפו! קויפן אינאיינעם אן עמעזאן קארטל פון פינף טויזענט דאלער!

טייערע זיסע כוכב! אילו פינו מלא שירה כים וכו', קענען מיר נישט גענוג באדאנקען פאר דעם רוח החיים וואס דו האסט אריינגבלאזן אין דעם פארשלאפענעם דארמעטארי! וכמאמר העולם, ומורגל בפי הבריות: "וואס כוכב קען, קען קיינער"!

יישר כח כוכב! א דאנק! ממך ילמדו וכן יעשו!
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר