יאיר האט געשריבן:יישר כח, מעכעלע, פאר'ן מעתיק זיין דעם רירנדן הספד.
זיין תיאור פון דעם חזון איש אין צמח אטלס האט מיר ממש ארויסגענומען פון די כלים. איך בין געווען געוואוינט צו ליינען מעשיות און ביאגראפיעס איבער א פארמאכטער מענטש וואס גארנישט האט אים נישט אינטערעסירט אויסער תורה. אין גראדע'ס ביכער ווערט דער מענטש לעבעדיג, זיינע שטארקייטן, שוואכקייטן, קאנפליקטן, געפילן, אלעס ווערט אויסגעגאסן דורך דעם מייסטערהאפטיגן פענע פון גראדע. אזוי אויך ווערט יעדער כאראקטער פיל מיט לעבן, פון דעם בעל מוסר ביז די אידענע אין מארק. עס איז א חוב קדוש פאר יעדן וואס וויל באקומען א בליק איבער דעם ישיבה וועלט אין ליטע צו ליינען גראדע'ס ביכער.
אגב, עס קומט 'עלעגיע' נישט עלגיע.
לא להנאת גופי האט געשריבן:וואס ווייסטו סתם אזוי בנוגע גראדע ושאר תלמידי חזו''א??
בנימין בראון טענה'ט אין זיין בוך, אז די חזו''א האט געהאט בעיות אין אמונה אין זיינע יונגע יארן, און פארדעם טאקע זעהט מען אז אסאך פון די תלמידי חזו''א זענען נישט געווען אזוי -פון אינזער חדר..
ס'איז טאקע א פלא וויאזוי אזויפיל פון די נאנטע תלמידי חזו''א זענען נחמץ געווארען?? [אפ' ר' גדליה, און ר' שטיימאן זענען האלבע אפיקורסים. [פארשטייטס זיך נאר לפי די עקסטרעמע שיטות]]
פלאוויוס האט געשריבן:זייער הארציג!! און אויב מיין אפשאצונג איז ריכטיג, דאכט זיך מיר אז ס'איז ווייניגער פאעטיש און מער דירעקט פון הארץ. אין דער עלעגיע באוויינט חיים נישט נאר זיין רבי'ן, נאר אויך זיינע אייגענע יארן, און דער סטיל פונעם ליד איז אפנים אויך ווי ער וואלט צוריק מיטן זייגער צו די בחור'שע יארן. שטימט אזוי?
פלאוויוס האט געשריבן:זייער הארציג!! און אויב מיין אפשאצונג איז ריכטיג, דאכט זיך מיר אז ס'איז ווייניגער פאעטיש און מער דירעקט פון הארץ. אין דער עלעגיע באוויינט חיים נישט נאר זיין רבי'ן, נאר אויך זיינע אייגענע יארן, און דער סטיל פונעם ליד איז אפנים אויך ווי ער וואלט צוריק מיטן זייגער צו די בחור'שע יארן. שטימט אזוי?
berlbalaguleh האט געשריבן:פלאוויוס האט געשריבן:זייער הארציג!! און אויב מיין אפשאצונג איז ריכטיג, דאכט זיך מיר אז ס'איז ווייניגער פאעטיש און מער דירעקט פון הארץ. אין דער עלעגיע באוויינט חיים נישט נאר זיין רבי'ן, נאר אויך זיינע אייגענע יארן, און דער סטיל פונעם ליד איז אפנים אויך ווי ער וואלט צוריק מיטן זייגער צו די בחור'שע יארן. שטימט אזוי?
פלאוויוס: ייש"כ. איך האב פונקט געטראכט , ליינענדיג די פאעמע וואס א מבין אויף פאעזיע (וואס איך בין נישט) וואלט געזאגט צו דעם.
דאס איז אויך געווען מיין אבזערוואציע. אז דער פאעם איז מער פון הארצן ווי די גראמען זענען פונקטליך. נאר מיר דארפן געדענקען אז א סאך פון די ווערטער זענען ארויסגעזאגט מיט די ליטווישע הברה. איז דער גראם אויך נענטער צום רעאליטעט. אפילו אויפ'ן פאפיר שטימט עס נישט זייער...!
אחד העם האט געשריבן:פידלער האט געוואלט ארויסברענגען א וויכטיגע און ריכטיגע נקודה, אבער כמיין דער אשכול איז נישט דער פלאץ פאר דעם, כמדומה איז זיין עיקר כוונה נישט געווען גראדעס פאעט.
פלאוויוס האט געשריבן:@פידלער, די עלעגיע פון חיים גראדע איז דוקא זייער גראמעריש, און כ'וואלט געזאגט צו גראמעריש... די אויסדרוקן אין דער פאעמע זענען נישט קיין האנט-געקליבענע, און נישט קיין חידוש'דיגע, נאר דוקא קינדיש הארציג. קען זיין אז כ'בין מיך טועה, אבער דאס איז ווייניגסטנס געווען מיין כוונה.
זיין נאקעט בעטל אין זיין לייב אויף דער מזבח
אין טלית אין תפילין אנגעטון ער האט עס
ווי ווייט איך בין ניט אין דער וועלט אנטלאפן
גיי איך ווייטער ביים שיין פון זיין רחמנות
ער איז געווען פין זיין געבוירן טאג א מלאך
וואס האט פארבארגן זיינע פליגל צווישן מענטשן
מיט דער אפשיין פין זיין גרויסע ליבשאפט שטראל איך
כאטש ער האט ניט געוואלט מיין וועג אין לעבן בענטשן
ונראה דאין דין מורידין אלא בזמן שהשגחתו גלויה כמו בזמן שהיו נסים מצויין ומשמש בת קול, וצדיקי הדור היו תחת השגחה פרטית הנראית לעין כל,והכופרין אז הוא בנליזות מיוחדות בהטיית היצר לתאוות והפקרות, ואז היה ביעור רשעים גדרו של עולם שהכל ידעו כי הדחת הדור מביא פורעניות לעולם ומביא דבר וחרב ורעב בעולם, אבל בזמן ההעלם שנכרתה האמונה מן דלת העם אין במעשה הורדה גדר הפרצה שיהיה בעיניהם כמעשה השחתה ואלמות ח"ו וכיוון שכל עצמנו ותקן, אין הדין נוהג בשעה שאין בו תיקון ועלינו להחזירם בעבותות אהבה ולהעמידם בקרן אורה במה שידינו מגעת.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט