עמוד האש, חיים גראדע מיטן חזון איש,

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

עמוד האש, חיים גראדע מיטן חזון איש,

הודעהדורך גראדעמעכעלע » זונטאג פעברואר 22, 2015 3:14 am

דאס איז נאך א ליד וואס חיים גראדע האט געשריבן אויפן חזון איש, אבער אנדערש ווי זיין עלעגיע וואס איז מער א קינה איז דאס מער אן אויסשמועס ווי ער שמועסט זיך דורעך וויאזוי ער האט פארלאזט דעם חזו''א אריינלייגענדיג זיך מכלומרשט אין זיין טאלאנט באזינגענדיג דעם פשוט'ן המון עם, און ווי אפילו ווען ער האט אים פארלאזט איז נאכאלץ דער חזו''א געבליבן זיין סניגור, און צום סוף אנערקענט ער ווי דער חזו''א איז גערעכט געווען און ער האט זיך טועה געווען אין נארישע חלומות,

עמוד האש,


עמוד האש, וואס איז געבליבן ברענען נאך מיין רבין,
דו ליכט-זייל, וואס האט אויפגעשיינט אין יוגנט פון מיין לעבן,
באשענק מיך אויך אין אסיען מיטן אפשיין פון דיין קדושה,
אפילו אויב איך האב דיין אנגעזיכט באדעקט מיט בושה,

איך זע דיך נאך פארזונקען שטיין אין שמונה-עשרה'ס שטילע,
ווי די וואלסט נאך ביז איצט פאר מיר געבעטן אין דיין תפילה,
ניט לאזן מיין לעבן ליגן נאקעט אויף א וויסטן באדן,
אפילו ווען ס'איז מיר אליין מיין לעבן ניט קיין שאדן,

פון בענקשאפט גיי איך אויס בעת איך הייב זיך אן דערמאנען,
ווי מיך האט אויך באגלייט א גינציקער עמוד-הענן--
דער וואלקן וואו מיין מאמעס טרערן האבן זיך געזאמעלט,
ווען זי האט אויף מיין קאפ באהארצטע תחינה-רייד געשטאמעלט,

דער וואלקן-זייל האט מיך באשיצט פון שטיינער און פון פיילן,
און שיין איז ער געווען -- דער שענסטער צווישן מארמאר-זיילן,
אפילו ווען דער פייער-זייל האט זיך פון מיר דערווייטערט,
האט מיך דער וואלקן צוגעדעקט מיט טרערן און געלייטערט

אין אנדערן עק וועלט, וואו איך בין פון דעם טויט אנטלאפן,
דארט האבן מיינע שכינה-זיילן ווידער זיך געטראפן,
ווי דעמאלטס ווען דער רבי האט געלאזט מיין מאמען רופן,
אין איר דערציילט: איר זון איז פון דער זוןשיין בגילופין,

פארשטעלט האט זיך אין פייגל זיין געשייטער יצר-הרע,
דער וואלד האט אים פארכישופט און פארפירט פון דער גמרא,
די וועלט איז אים א שטרויכלונג, און די ביכער -- א ניסיון,
און ווילד איז ער פון גלוסטונג אין די זימער נעכט וואס בלויען,

די מאמע האט געוויינט פארשעמט, דער רבי האט געצארענט,
בחינם האבן ביידע מיך געלערנט און געווארענט,
איך האב געשטורעמט ביז מיין יוגנט האט זיך ראש פארענדיגט,
און די באשיצער מיינע קומען שוין צו מיר ניט שטענדיק,

דער וואלקן-זייל האט ביסלעכווייז זיך אויפגעהערט באווייזן,
צו-אלט בין איך, א מאמע זאל נאך אויף מיינע פוס-טריט שפרייזן,
צו-לאנג האב איך געבלאנדזעט און איר אנגעטון יסורים;
דער ליכט-זייל אבער ווייזט זיך נאך און איך גיי נאך און שפיר אים,

עמוד-האש! פאראויסגייער אין מדבר פון מיינע בלאנקען!
ווייל איך האב זיך גאר מיט מיין כשרון און געמיט פארשאנקען
צו אויסזינגען דאס ליד פון ארעמען און פרומען ציבור --
דערלייז מיך פון דעם מדבר אין מיין הארץ און פון זיין פיבער,
כאטש איך האב ניט דער תורה אפגעגעבן מיינע כוחות,
האב איך פארריכט מיט גינגאלד איר צעריסענעם פרוכת,
א, העלף מיר אין דעם זכות וואס איך בין דער מחיה-מתים,
פון דיינע מיטדאווענער אין די צופאלענע טליתים,

איך ווייס, איך וואלט אליין באדארפט שוין זיין א מורה-דרך,
נאר צו א וויסטן דור וואס האט נאכוויקס ניט געהער איך,
צו-שפעט בין איך געקומען, אבער איך האב ניט פארשפעטיגט
דעם טאג פון גזר, וואס האט אויך מיך מיט טרערן אנגעזעטיגט,

דערצארענט, קראנק פון בענקשאפט, האב איך ווידער אנגעהויבן,
נאר ניט דיין הכנעה, דיין בטחון דיין גלויבן,
פון דיין געשטאלט האט אויסגעוויקעלט זיך א זייל פון פייער ,
און איך האב אויסגעפלאקערט האסטיג ווי א פולער שייער,

ווען איך האב דיר דערקענט, ביסטו געווען אין יארו יינגער
ווי איך בין איצט, דיין טרויעריקער תלמיד און באזינגער,
דערפאר וואס איך האב זיך מיט איינמאל יונג-זיין ניט באגניגנט,
קען איך זיך ניט ארויסרייסן ביז איצטער פון מיין יוגנט,

אראפגענידערט האבן שוין אויף מיר אזוי פיל שלאקסן,
דאך בין איך צו מיין גרויער עלטער נאך ניט דערוואקסן.
אפילו מיין פארשקלאפטע טריישאפט צו א טרוים אן אלטן,
האט מיך פארפירט צו אלטע זינד און אלטע שטראף געשטאלטן.

אין לאנגע ווינטער נעכט פון פאסנע, ארעמע שבתים,
האסטו אריינגערעדט אין מיר, א בחור'ל א יתום,
אז ווארהאפטיג און אמת איז אין לעבן בלויז די תורה,
נאר מיר האט ניט באגליקט דיין טויזנט-יאריקע מסורה.
האסטו, דער הייליגער, געלעבט אין עיגול פון דער ריינקייט,
און איך האב אין א טרוים געלעבט, אין שפיגל פון דער שיינקייט,
א ליכט-זייל איז געווארן פון דיין אויסגעשטראלט עיגול,
און איך האב מיינע הענט צעשניטן אין געפלאצטן שפיגל,

ווי איך האב יינגלווייז געבראכט אין שטוב א טויב אין בוזעם,
בין איך ארויס אין לעבן מיט באפליגלטע חרוזים,
איך האב געמיינט, אז דיכטער גליען ווי פרימארגן-פארבן,
איצט ווייס איך: דיכטער זינגען ווייל זיי שרעקן זיך פאר שטארבן.
איצט ווייס איך אויך, אז דו, דער וואלד מתבודד און דער שווייגער,
האסט ניט געהאט מיין אומרו צו דער וועלט,מיין דארשט און נייגער,
ווייל דו ביסט געווען פול מיט פרייד אריבער דיינע ברעגס,
או ס'האט קיין טויט שרעק ניט באטריבט דיינע לעצטע רגע'ס,

פארגעסן קען איך ניט דיין ווארט ,,אלץ קויפט מען אויס מיט שווייגן''.
פארגעסן קען איך ניט דיין ארט, א שאטן אונטער צווייגן,
וואו די, דיין ספר און דער ביימל האבן אויסגעשוויגן
א ניגון -- האט די וועלט די וועלט נאך ניט געהערט אזא מין ניגון !
א טיפע אזערע אין בערג געווען איז דיין געוויסן,
האסט געקענט זיך אין דיין אייגענעם געדאנק פארשליסן,
און אין דער פולקייט פון דיין הארץ, אין פרישקייט פון דיין צניעות,
האסטו געלעבט אין זיך מיט שטענדיק האלב-פארמאכטע וויעס,

דיין תלמיד אבער גייט ארום מיט הונגעריקע אויגן.
א האלב וועלט האב איך שוין אין מיין בליק אריינגעזויגן !
אזויפיל לאמפן-ליכט פון שטעט, דאס בלוי און גרין פון ימען,
דאס גאלד פון זונשיין איבער שניי-בערג, בראנז פון ביימער-שטאמען,
נאר פאלן מיר ארונטער מיינע ברענענדיקע וויעס,
פארלעשן גלייך זיך אלע מיינע ליכטיגע נסיעות,
און בלויז דיין שמייכעל -- דיין נר-תמיד -- לויכט מיר היימיש-אייגן,
בעת איך מוז זיך אין א וועלט א פרעמדער שלאפן לייגן,

ווען איך האב דיר פארלאזט, ביסטו געבליבן מיין סניגור,
נאכגעזאגט א שבח מיר מיט א משל אויף דיין שטייגער,
אז וואב איך זאל ניט טאן, איז מיין ערלעך, אז איך מוז עס
כאטש אפטמאל קוש איך א פארפרומטער -- פסולע מזוזות,
דער מענטש, האסטו געזאגט, איז אפטמאל זינדיקן א בעלן,
ווייל ער, דער כלומרשט שטאלצער מענטש, איז שטארק ביי זיך געפאלן,
נאר יענעם גראד, וואס פאלט אויפסניי אין זעלבן שטיין און שטרויכעל,
באדארף מען מוחל זיין, ווייל ער איז זיך אליין ניט מוחל,

אזוי האסטו גערעדט פון מיר, דער מורד צווישן לערנער,
ס'איז וואר, לאיבוד זיינען ניט געגאנגען דיינע קערנער,
דערקענט האב איך אמת, כאטש מיט דריי יארצענדלינג שפעטער,
אז יענער וואס האט איין גאט נאר, האט מער ווי הונדערט געטער,
פאר'משפט האב איך זיך אליין אויף ענגע דלד אמות,
ווייל איך זיץ אלץ נאך אויף א שוועל מיט יידישלעכע מאמעס,
ווייל מיין געמיט לעבט אלץ נאך אין געצעלט פון שם ועבר,
און פון דער ווייטן, רבי, צי איך זיך אויס אויף דיין קבר,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך גראדעמעכעלע אום זונטאג פעברואר 22, 2015 3:51 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1725
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6318 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2147 מאל

מיין לויה

הודעהדורך גראדעמעכעלע » זונטאג פעברואר 22, 2015 3:50 am

נאך א ליד פון חיים גראדע פון זיין ערשטע בוך 'יא', לכאורה נישט פון זיינע בעסטע אבער דאך געשמאק און אינטערעסאנט, (חיימ'ס טאטע האט געהייסן שלמה)

מיין לויה

דער שמש גייט אום, זיין שטעקן פאראויס,
פארשלאפענערהייט קלאפט ער אן אין א הויז,
קומט גבאי פון חברא קדישא ארויס,
געשטארבן איז חיימ'ל שלומה'ס...

דעלאנגט זיך דער גבאי דערצארענט א קער,
דערמאן מיר דעם טריפה'נע נאמען נישט מער,
און היסענדיג קרימט ער דעם שמש נאך שווער,
געשטארבען איז חיימ'ל שלמה'ס...

ברענגט קעלמער מגיד צום הספד אראפ,
אוועק אזא צדיק א ליכטיגע קאפ,
א כופר בעיקר א גראמער א כלאפ,
א קלייניגקייט חיימ'ל שלמה'ס...

בעט זיך דער שמש ר' שעפסעלע קרוין,
ער איז דאך א מת, געשטארבענער שוין,
מען דארף דאך באהאלטן אים אונטער א שטיין,
א קבר פאר חיימ'ל שלמה'ס...

קריכען זיך זיי ביידע ווי נאכט שטיקער אום,
קלייבן צינויף די קברנים זיך שטום,
פארען זיך מידע אין פינסטער ארום,
דעם בר מינן חיימ'ל שלמה'ס...

זיי טראגן דעם ארון און רעדן פון שלאף,
געקענט זיין אפילו דער איישישקער רב,
און איצטער אויף אלע שונאי ישראל דעם סוף,
און חיימ'ל שלמה'ס...

דערלאנגט גיכער חברה דעם ארון א נעם,
עס וועט זיין פאר גוים א חילול השם,
אויב זיי וועלן זעהן א לויה נאך אים,
דער בונדאוושיק, סין שלאמע...

ווער איז דער נפטר פרעגט עמיצער ווער,
לאכן קברנים, אן איינזאמע בער,
דער אלטיטשקער שמש ווישט א טרער,
געשטארבען איז חיימ'ל שלמה'ס...
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1725
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6318 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2147 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 22, 2015 4:44 am

גראדעמעכעלע: ייש"כ. הגם דער ערשטער פאעם וואס דו ברענגסט דא אראפ איז דער בעסערער און שטימט מער מיט די כללים פון פאעזיע, איז אבער דער צווייטער מער פון הארצן א קרעכץ. פון אן ארימען יתומ'ל פאר וועלכן ס'איז מתו מוטל לפניו. וואס אין איינוועגס ווארפט ער אריין א פארציע מוסר פאר די מוסר'ניקעס, וועלכע וואלטן אראפגערופן אפילו דעם קעלמער מגיד ער זאל מספיד זיין דעם נפטר. אבער פאר זיין טאטן דעם אפיקורס און משכיל ווילן זיי נישט אפגעבן דעם לעצטן כבוד...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12305
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13685 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7842 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » זונטאג פעברואר 22, 2015 3:58 pm

חיים גראדע לייענט פון זיינע ווערק, עטליכע פון זיינע אויסגערופענע פאעמ'ס,
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1725
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6318 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2147 מאל


גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט