די ספרים-שאנק געבעט

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1840
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2314 מאל

די ספרים-שאנק געבעט

שליחה דורך גראדעמעכעלע »

יאר יערליך אין די צייט בין גאולה לגאולה,
ווען צו ארבעטן ווי א חמור ווערט א לכתחילה,
באקום איך פון די אשת חיל א געבעט,
די ספרים-שאנק ביטע, לאז נישט פאר שפעט,

כאטש די שער התירוצים איז גאר גרויס,
בהלכה ובסברא גרינג צו טרעפן די וועג ארויס,
דאך זעענדיג ווי ערענסט זי טוט מיינען און וועלן,
בין איך זיך מכניע, אויך מיין חלק צוצישטעלן,

באוואפענט מיטן שמאטע אריין אין שטוב פון ספרים,
דאן האט מיר עפעס א מאדנע געפיל באנימען,
דער שאנק האט באקימען א שטרענגן צורה,
און אויף מיר אויפגעהויבן די פינגער מיט א גערה,

מיט וואספארא חוצפה קימסטו אויף אונז קלאפן,
כאילו מען דארף אונז פון חמץ ברעקלעך אויסטאפן,
ווען די געבסט אונז ווען איבערן יאר עטליכע שעה'ן,
וואלט געהאט א פשט מיט די רייניגונגס-געצייג צו קומען,

דער רויטער חומש האט ווי א מויל באקימען,
און צו מיינע ביינער זיך שארף גענימען,
פארוואס איבער'ן יאר ביסטו נישט געקומען לערנען,
וואס גאט אין די וואכענדיגע פרשה לאזט הערן,

אונטער אים דער ווילנא תלמוד בבלי שטייט,
מיט זיינע צוואנציג סאלדאטן צום שלאכט גרייט,
די האלסט דיר פאר א תלמוד חכם א בעל סברא,
איז דאס מעגליך אן זיין ציגעשמידט צו די גמרא?

דער שולחן ערוך מיט זיינע שמאלע הויכע בענדער,
טענה'ט, איז דען הלכה געמאכט נאר פאר קינדער?
דער משנה און שו''ע הרב פרעגן שטרענגליך,
אן הארעווען, זיך צו היטן פון חילול שבת ווי איז מעגליך,

רשב''א ריטב''א ר' עקיבא איגר קצות החושן,
מאנען, ווי איז די חשק צו אינז וואס די פלעגסט פארמאגן,
ר' חיים בריסקער שטייט הויעך שווארץ א שטאלצער,
זאמלען שטויב קען איך אויך ביים ספרים פארקויפער,

זייער אפצווייג פון באסטאן'ס ספר איש ההלכה,
און זיין שותף פון ירושלים'ס אורות התחיה,
געשאפט ווען איך האב מיר געהאלטן אויפגעקלערט,
לאכן זיי, פון ספרים וואס שימלען, קיין חכם מען ווערט,

כוזרי מורה נבוכים עיקרים, רואיג זיי בעטן,
דארפסט דאך וויסן וואס אידישקייט טוט פארטרעטן,
נועם אלימלך מאור ושמש ליקוטי מוהר''ן שמייכלן דאך,
אפילו אין א שוואכע מינוט דיינע פריינט זענען מיר נאך,

איך שטיי געפלעפט, עס קלאפן מיר די ציינער,
ווער נאך וועט זיך נעמען צי מיינע ביינער,
וויי איז מיר, וואס וועט מיר קומען,
אויב דער חובת הלבבות וועט זיך פאר זיין כבוד אננעמען,

פארגאסן אין שווייס צוטרייסלט איך שטיי,
איך שפיר און ווייס אז איר זענט באמת גערעכט געטריי,
איך האף אז שמחת תורה צו דער צייט,
זאל איך מיך פרייען באמת מיט אייך אויף איין זייט,

מיט די האנט אויפן חומש'ל זעץ איך זיך אנידער,
אין מיין מח טוט זיך א טומל א גערידער,
א שטיק צייט גייט דורך ביז מיין פנים איז צוריק געהעריג,
איך גיי ארויס, 'מיין ספרים ארבעט איז שוין פארענדיגט',
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום גראדעמעכעלע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר