בלאט 1 פון 1

פון הונטער די קוליסן..

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 25, 2015 1:47 pm
דורך קפנדריא
געווען א סטאדע מיט שעפעלעך וואוילע,
שפאצירט געמיטלעך אין א פעלד א פרייע און א הוילע,
זיך געהאלטן געהעריג אין די ראמען,
וויסנדיג פון וואו זיי שטאמען,
אומבאמערקט האט דאס פאסירט,
ווען עטליכע שעף האבן די איבעריגע פארפירט,
אנגעהויבן פאשען אין די זייטן,
זיך גענומען אין די מאסן אהינרייטן,
ס'איז דורך א שטיקל זמן,
און מ'זעט ווי ס'פארפארט די באן,
מ'פאלט שוין כמעט אראפ פון די שינעס,
באין דעת שכל ותבונות,
די מצב קוקט אויס קריטיש ביז גאר,
ס'פעלט נאך ממש א האר,
און באלד וועט מען זיך טרעפן אויפ'ן אנדערן זייט פלויט,
מ'וועט פארלירן די הבחנה צווישן שקר און קשוט,
דערווייל בלאנדזשען די שעפעלעך אין די וויסטעניש,
זעטיגן זיך אן מיט תוהו ובוהו און פוסטעניש,
די פאסטוכער גיבן זיך א כאפ,
מיר מוזן צו דעם מאכן א סטאפ,
קוק ווי די שעף גליטשן אראפ,
טראסקענען און לויפן מיט גאלאפ,
פון ווי קומט צו זיי אזוינע השגות,
דעות זרות ומופלגות,
דאס מוז זיין געוויס,
ווייל זיי האבן אין נישט ריכטיגע פלעצער געגעבן א ביס,
גענומען פון פרעמדע פעלדער יניקה,
מ'דארף דא מאכן א ערנסטע בדיקה,
ולא תהי זאת לנו לפוקה,
נישט אריינקריכן ווייטער אין די שוחה עמוקה,
לאמיר מאכן א קורצן אפשטעל,
איבערקוקן אונזער אונטערערדישע צעל,
זיך צוריק אריינשטעלן אין די גלייזן
און פון ריינע קוועלער זיך ווייטער שפייזן,
צוריק ארויפברענגען די ניווא פון די טשערדרע,
צו די צופרידנהייט פון די רועה עדרא,
די אומשולדיגע שעפעלעך זעען אז עפעס הייס גייט פאר,
וואס איז דאס, זעמיר נאך אין חדר גאר?
איינער זאל ביטע מאכן קלאר,
פארוואס וויל מען אונזער פרייהייט צוימען,
טוען די אויפגעקלערטע שעף שוימען,
מיר וולן נאך מאכן אן אויפשטאנד,
און אריבערפליכטן צו אן אנדערע לאנד,
אדער גיט איר אונז קלאר צום פארשטיין,
אז נישט נסעה ונלכה מיר וועלן גיין!
טייערע שעפעלעך הארכטס מיך אויס,
וועט איר פון די נעפל שנעל ארויס,
בארויאיגט אייער צארן און חרון,
מיר קענען נישט לאזן די זאך אינגאנצן צופארן,
אונז ווילן נישט מאכן קיין שוועריגקייטן און לאסט,
אבער איר מעגט האבן אין אונז אביסל טראסט,
מיר טראגן אייך אגאצן ליבן יאר אויף די פלייצעס,
דאס איז א שווערער עול צו האלטן און פירן די לייצעס,
ס'נעמט אסאך צייט און לחץ,
און מיר פארדינען נישט יעצט די אלע מכות ומחץ,
לאמיר ווייטער פארן על מי מנוחות, לימים ושנים טובים וארוכות..

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 25, 2015 4:17 pm
דורך קפנדריא
דעריבער לאמיר זיך צוזאמן נעמען אלע,
דרי מטה און דרי מעלה,
די מיט דעסקטאפ כלים אויפ'ן טיש,
און די וואס קלאפן אויפ'ן לעפטאפ מלא וגדוש,
אדער אויף א פלאכן טאבלעט,
ווי מ'זיצט צוגעשמידט ווי א מאגנעט,
צי אויפ'ן ליבן אייפאון כרגיל,
צוגעהאקט צום האנט ווי מיט א נאגל,
כל יושבי קאווע שטיבל והגלילות ארום און ארום,
און אויפהערן אנקוקן די הנהלה קרום,
ווייל מיר נעמען נישט אן אז מי שאכל שום יחזור ויאכל שום,
ווען מ'מישט בלאטע ווערט נאר א גרעסערע שמוץ,
לאמיר דאס לאזן אינדרויסן מבחוץ,
מיט א פרישקייט אריינשפאנען אין ווארעמען צימער,
בייטאג אדער ביינאכט ווען אימער,
נהנה זיין פון די פרישע שמעקעדיגע קאווע,
און חזר'ן דעם ניגון מאי דהוה הוה,
מיט רעספעקט און שעצונג געמישט מיט אהבה,
מאכן דאס פלאץ באקוועם כאשר בתחילה יהא רעוא..

Re: פון הונטער די קוליסן..

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 25, 2015 4:30 pm
דורך נופת צופים
מיר אלע,
דא אין היכל,
פארגעבן די הנהלה,
מיט א ליבליכן שמייכל.

פראבירט האבן מיר נאר,
כפי שידינו,
צו פארשטיין דעם גזר,
היוצא לפנינו.

יעצט אז מיר פארשטיין,
ס'איז א שונא א קאממען,
וועלן מיר גיין,
מלחמה טוהן צוזאמען.

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:29 pm
דורך קפנדריא
סתם אויף להבהרה,
וויל איך שטעלן אפאר ווערטער קלארע,
איך בין אינגאנצן נישט פון די הנהלה,
דעריבער שיטס נישט אויף מיר קיין קללה,
אלס א באזוכער און טרינקער פון קאווע שטיבל,
האב איך געהאט א שטארקן פאראיבל,
אז געוויסע פאטראנען טוען אינגאנצן פארגעסן,
אז א פלאץ פון ווי מ'נעמט טרינקן אדער עסן,
טאר מען קיין שטיין נישט ווארפן,
אפילו מ'מיינט אז מ'טוט עס שוין נישט באדארפן,
צו א בירא דשתית מיני' מיא,
טאר מען זיך נישט אויפפירן צו איר ווי א חי',
אויפנעמען ערנסטע זאכן פונקט ווי וויצן,
און מיט איינגעהאלטנקייט איינזיצן,
ספעציעל ווען מ'ווייסט נישט בכלל,
צו איז דאס א ערנסטע אקציע ביטער ווי גאל,
אדער ס'עפנט זיך גאר פון ליצנות א נייער קוואל,
לאמיר זיצן איידל אויף דערווייל,
נאכאמאל טוה איך מודיע זיין פאר אלע הולכין ובאים,
אז איך בין נישט קיין מנהל און אפילו נישט פון די גבאים,
איך האב מדעת עצמי געגעבן מיינע געפילן,
אן קיין שום אונטערלאגע אדער ערנסטע צילן,
סי יו עגען לעיטער,
אדער ווידער זען שפעטער,
החותם מתוך שמחה וואהבה,
בתוך חדר הקאווע..

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:32 pm
דורך לית דין בר נש
קפנדריא האט געשריבן:סי יו עגען לעיטער,
אדער ווידער זען שפעטער,

איך כאפ דיר אויפן ווארט
ווער מיר נישט יעצט נעלם אויף 6 חדשים

פאר פה-סח האסטו זיך שוין אנגערופן?

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:35 pm
דורך קפנדריא
לית דין בר נש האט געשריבן:
קפנדריא האט געשריבן:סי יו עגען לעיטער,
אדער ווידער זען שפעטער,

איך כאפ דיר אויפן ווארט
ווער מיר נישט יעצט נעלם אויף 6 חדשים

פאר פה-סח האסטו זיך שוין אנגערופן?


פאר האנעסט'ס סעיק, ס'איז מיר א חידוש אז איינער באמערקט אז איך האב געפעלט, איך האב נישט געזען איינער זאל מיך זוכן, איך בין אפגעזיצן א רואיגע וואקאציע..

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:40 pm
דורך לית דין בר נש
זיכער האט מען גיזעהן די פעהלסט
נאר ליידער דער אשכול פארשווינדענע ניקס איז שוין צו אנגעפאקט און עס טוט וויי יעדע מאל מען ברענגט עס ארויף