אין 'דייעט' אחר 'דייעט' אלא לרבות...

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

אין 'דייעט' אחר 'דייעט' אלא לרבות...

שליחה דורך אדנירם »

[center]מיר ווייסן פונעם כלל: אין מיעוט אחר מיעוט אלא לרבות.
היות די תורה איז א נצחי, מוזן מיר דאס מסביר זיין אויף די ענינים שבכל דור ודור.

למשל, ווען מיר גייען אויף א דייעט און מ'געבט נישט אויף און מ'גייט נאכאמאל אויף א דייעט,
דאן איז דאס בבחינת "אין 'מיעוט' [דייעט בלע"ז] אחר 'מיעוט', אלא לרבות"...[/center]

[center]ווער ס'וויל ארויסהאבן אונזער לעבנסשטייגער, האט דא בקצרה א טעימה קלה [שוין ווייטער עסן...]:[/center]


א.
הייסע טשולנט מיט קישקע, קוגל צוויי סארטן
טשיז קעיק מיט קוכן, מיט טשאקלאד טארטן
שלישקעס און אויך סטעיק, מיט א שטיקל סושי
אוי ווי גוט און בע'טעמ'ט, אבער ווי שווער די קושי...

מען איז מענג דעם שבת, ומתן שכרה בצדה
'נותנים לו נחלה בלי מצרים'... בכל קנה המדה
די בעקיטשע פלאצט, מרוב הצער זו הלחץ
אין ענדגילטיג פלאצט עס, מ'האלט ביי יחץ...

א קרעכץ כאפט זיך ארויס: אוי טאטע זיסע
איין סעודה נאכן צווייטן - אוי שכינתא בגלותא
'שישו מעי שישו', איז שוין לאנג נישט אין סטייל
די בני מעים שלעפט זיך קוים, נאך א האלב מייל...

זיך צו קאנטראלירן, איז ער נעבעך נישט עיבעל
ביי א חתונה לויפט ער, גלייך צום 'סוויט טעיבעל'
און ביני לביני, כאפט ער אן אפיציעלן פרעס
אין דעלי צו אין נשר, צו אין סוב-עקספרעס...


ב.
ווען מ'וויל שוין גיין אויף דייעט, איז מרה כלענה
'שבת היום, פסח היום', אזויווי המן'ס טענה
'מחר יהיה האות הזה', געבט ער זיך א דערמאן
אבער מיר ווייסן דאך, אז 'יש מחר לאחר זמן'...

ענדליך ווען ער האלט שוין, ביים שערי ה'דייעטע
ווייסט ער נישט וואס ווארט אים אפ, ביי דעם קטע
דעות סותרות ער הערט, פון עטקינס און לאו קארב
דר. לידער ווער געדענקט, קעלאריס אזוי הארב...

פראוועט האלבע תעניתים, פולע גאלאנען וואסער
גלוטען און טרענס-פעט, אויף דיר איך אסר
אוי - 'קצתי בחיי', מורמלט ער צו זיך שטיל
ווען וועט זיך שוין ענדיגן, דעם גאנצן שפיל...


ג.
מיין טאטע האט אמאל, דעם דר. לידער אנגעטראפן
האט אים מיין טאטע געזאגט: אויף רחמי שמים טו האפן
ווייל איך בין אויפגעקומען מיט א דייעט, איינס אין די וועלט
די חוקים זענען גאר פשוט, און קאסט נישט קיין געלט...

דר. לידער ווערט בלאס, און מיין טאטע טוט ווייטער שפינען:
דער געדאנק פונעם דייעט, אין איר נאמען טוט זיך געפונען
נישט נאר דאס, נאר עס טוט אפילו גראמען
"פרעס-לעס" דייעט, דאס איז איר נאמען...

דר. לידער אטעמט אפ, און הייבט אן צו לאכן
מענטשן זענען גרייט צו טון, אלערליי זאכן
אבער אויפגעבן אויפן פרעסל, בשום אין אופן
נאר צאלן כל חללי דעלמא, עפעס א 'דייעט' צו קויפן...


ד.
קיינער וויל נישט דארפן, פארמינערן זיין שפייז
אבער קיינער וויל אויך נישט, גיין אויף עקסערסייז
מיר זענען חסיד'ישע אידן, ווער ס'פארשטייט פארשטייט
און לעקיך בראנפן איז חוב קדוש, העכסטנס 'נאך' א דייעט...

שישו מעי שישו, פרייטס ענק קישקעלעך פרייטס
אויפן וואגשאל פון מצוות, מיט אלע פונט עטס גייטס
'כל המענג עס השבת', באקומט גלייך א פאס
פונעם 'נחלה בלי מצרים', מאכטס נישט קיין שפאס...

'יאכלו ענוים וישבעו', אן אפט באנוצטער פסוק
'והשתיה כדת אין אונס', אוי ווי זיס און מתוק
לאמיר פון דעם פארשאלטענעם דייעט פארגעסן
ברענגטס נאר אריין, נאך א טעלער עסן...

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר