פון וואו?

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1840
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2316 מאל

פון וואו?

שליחה דורך גראדעמעכעלע »

צווישן גראז איך שפאציר
איך זעה דעם ברייטן ים
ווארעמע זון-שטראלן איך שפיר
קלארע לופט, א געטליכע טעם,

ביימער הויעך ווי גראדע שטאנגען
אויף זיי בלעטער אין סוף אין צאל
פויגל צוויטשקענען זיסע געזאנגען
איבער א טייך אין א טיפע טאל

די טייכל אויף איר וועג גייט
קיינער קען איר נישט אפהאלטן
ביז ביים וואסערפאל זי פאלט
און טוט די וואלד שטילקייט שפאלטן,

אלע טיילן פון נאטור שטעלן זיך צוזאם
פארמירן א בילד, די אטעם עס פארנעמט,
איך פרוביר זאגן מיט ווערטער מיט גראם
וואס נאר די גרעסטע מעלער וואלט געקענט,

און צווישן זיי אלע איך זוך מיין מקור
ווער בין איך, וואו איז מיין אפשטאם,
בין איך ווי זיי א פראדוקט פון נאטור
א געוויקס ווי גראז, געוואקסן אין ים,

צי קום איך גאר פון העכערע ספערן
א באשאף פרעמד צו די גאנצע ארום
צו א העכערע כח איך טו געהערן
וואס בעט זיך, צוריק צו מיר קום,

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר